כאטש וואס אין דעם האנטבוך געפונט זיך די כלי פון פראפעסיאנאלע הילף נאך דאס ערהוילונג דורך די צוועלעף סטעפס, קען זיך אבער יעדער חבר ווענדן צו א פראפעסיאנאלער טעראפיסט וועלכער קען אים העלפן אין זיינע פערזענליכע פראבלעמען. און דאס קען מען טון אפילו אויב מען איז נישט דוקא אן עדיקט און אפילו אויב מען ארבעט נישט די סטעפס. א פראפעסיאנאל קען אויך אמאל שטארק בייהילפיג זיין צו באשליסן צו מען איז אדיקטעד אדער נישט.
פארוואס זענען מיר בכלל אנגעקומען צו א מצב פון עדיקשאן? פארוואס זענען דא מענטשן וואס האבן דעם כח זיך אליינס צו זאגן "ניין", אבער מיר זענען נישט מסוגל קעגנצושטיין די אינערליכע דראנג וועלכע געווינט אונז איין מאל נאכ'ן אנדערן? עס איז זייער מעגליך אז די סיבות צו דעם ליגן באהאלטן אין אונזער פארגאנגענהייט, אין זאכן וואס מיר זענען אריבער אלס קינד, ביי אונזערע עלטערן, אדער וויאזוי מיר האבן זיך פארטראגן מיט זיי, אדער נישט פארטראגן מיט זיי, און אין נאך פארשידענע זאכן.
צום ביישפיל, אסאך עדיקטס האבן אנטדעקט ביים באקומען פסיכאלאגישע הילף אז זייער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן ווען זיי זענען אמאל אריבער סעקשועל מאלעסטעישן ערגעץ ווען אין זייער לעבן. פילע פון זיי האבן אפילו נישט געהאלטן אז דאס וואס זיי זענען אריבער איז פאקטיש געווען מאלעסטעישן, זיי האבן דערשטיקט די סארט מחשבות טיף אינעווייניג ביי זיך פאר לאנגע יארן, בשעת זיי האבן זיך אנגעליטן פון די רעזולטאטן דערפון, וועלכע האט זיי פאקטיש געפירט זיך אליינס צו שעדיגן מיט גאר שעדליכע סעקשועל אויפפירונגען. אנדערע זענען סתם אזוי אריבער אביוז, אפילו עס איז נישט געווען סעקשועל קען עס אבער פירן דעם מענטש צו זוכן א בארואיגונג צו זיינע ליידן אין סעקשועל אקטיוויטעטן, וועלכע ברענגען אים דערנאך צו ווערן אדיקטעד צו דעם.
עס זענען פארהאן עדיקטס וועלכע ליידן פון פראבלעמען וועלכע פאדערן ריכטיגע פסיכיאטרישע הילף, און אזוי לאנג ווי זיי וועלן נישט באקומען דעם הילף וואס זיי דארפן, האבן זיי כמעט נישט קיין אויסזיכטן זיך צו ערהוילן. דאס איז נוגע בעיקר ביי מענטשן וועלכע ליידן פון זעהלישע פראבלעמען וועלכע זענען דירעקט פארבונדן מיט צוואנגהאפטיגקייט, אזוי ווי או. סי. די וכדו'. אבער אפילו ביי די וואס האבן מער פארשפרייטע פראבלעמען, אזוי ווי עי. די. עיטש. די. וועט אויך זייער מעגליך זיין פיל שווערער פאר זיי זיך צו ערהוילן אויב זיי וועלן נישט באקומען הילף אויף זייער ספעציפישן פראבלעם.
א פראפעסיאנאלער מענטש קען אידענטיפיצירן די דאזיגע פראבלעמען און אויך טרעפן א לייזונג פאר זיי, סיי צו מען דארף האבן פסיכאלאגישע הילף, סיי פסיכיאטרישע. וואס מען דארף אבער יא געדענקען איז, אז עס איז זייער וויכטיג צו נעמען דוקא אזא פראפעסיאנאל וועלכער האט טרענירונג אין דעם פעלד פון אדיקשאן בכלל, און אין אדיקשאן צו לאסט בפרט.
א טרעפיסט וואס פארשטייט נישט צו דעם, קען מעגליך ברענגען מער שאדן ווי ריווח. א טעראפיסט וואס קען נישט גוט דעם נושא פון אדיקשאן קען זייער גרינג צו ברענגען אנטוישונג, פארדוס און אפילו אז מען זאל צוריק פאלן, וויבאלד ער וועט נישט האבן דעם פארשטאנד און געבן די נויטיגע שטיצע וואס איז פונדאמענטאל פאר יעדן סוקסעספולן טעראפי.
די זעלבע איז אויך נוגע ביי א מהלך פון צאמשטעלן ביידע, פראפעסיאנאלע הילף זייט ביי זייט מיט גיין צו גרופעס. רוב טעראפסיטן וועלן רעקאמענדירן א שילוב פון ביידע, אויף צו באקומען דאס מערסטע הילף, שטיצע און ריקאווערי. אבער עס זענען פארהאן אזעלכע טעראפיסטן וועלכע פארשטייען נישט צו דעם און (צוליב פארשידענע סיבות) זענען זיי נישט אזוי איינשטימיג מיט די צוועלעף סטעפס, און די טעראפיסטן וועלן נישט זיין צוגעפאסט פאר איינעם וואס האט באשלאסן יא צו גיין אויף דעם מהלך.
עס זענען פארהאן היינט א וועלט פון גוטע טעראפיסטן אויף יעדע סארט מהלך וואס איז נאר דא, אזעלכע וועלכע קענען זיך גוט אויס מיט אדיקשאן און פארשטייען גאר גוט צו דעם, טייל פון זיי אפילו פרומע אידן, און זיי וועלן גאר גוט פארשטיין צו די פראבלעמען וואס אן עדיקט מאכט מיט, ספעציעל פרומע אידן, וועלכע, אלס עדיקטס, ליידן זיי גאר שטארק פון דאס לעבן א טאפלטער לעבן, ווי א צוטיילטער פערזאן, פול מיט בושה און שולד געפיהלן אויף דאס באנוצן זיך מיט לאסט.
צו באקומען מער אינפארמאציע איבער טעראפיסטן פארבינדט זיך מיט ריליעף.