די לעצטע כלי אין דעם האנטבוך איז געווידמעט פאר די צווישן אונז וואס האבן שוין פרובירט אלעס, אבער מיט דעם אלעם האבן זיי נישט מצליח געווען אפצושטעלן זייער זעלבסט-צושטערערישע אויפפירונג וועלכע ברענגט אן פיל ווייטאג פאר זיי און זייערע ארומיגע. מען רעדט דא פון אזעלכע מענטשן וועלכע האבן זיך שוין משתתף געווען אין גרופעס, האבן שוין באקומען פראפעסיאנאלע הילף און האבן שוין אפילו פרובירט צו ארבעטן די סטעפס מיט א ספאנסער, אבער נאך דעם אלעם פאלן זיי נאך אלץ. פאר די מענטשן איז געמאכט געווארן די ריהעב צענטערן.
דער געדאנק אונטער א ריהעב צענטער איז, די מעגליכקייט פאר דעם מענטש זיך גענצליך אויסצושאלטערן פון דעם גאנצן מציאות וועלכע ברענגט אים זיין פרעשור, איבערצולאזן אלע רייצענישן פאר'ן באנוץ פון לאסט, און זיך געפונען אין א אטמאספערע פון ריקאווערי פון צופרי ביז ביינאכט, ארום גענומען מיט א סביבה וואס טוט אים אונטערהאלטן און געבן שטיצע, וועלכע באשטייט פון אנדערע עדיקטס וועלכע האבן זיך ערהוילט און פארשידענע פראפעסיאנאלן.
צומאל פאדערט זיך, אז פונקט ווי פאר דעם אלקאהאליק אדער דראג אדיקט וועלכער דארף אלעס איבערלאזן אונטער זיך און ווידמען אלע זיינע כוחות זיך צו ערהוילן, די זעלבע זאך קען אמאל זיין ביי אונז, וועלכע זענען עדיקטעד צו סעקס און לאסט.
אזוי לאנג ווי מיר פרובירן זיך צו ערהוילן אינמיטן דעם גאנצן געלויף און הו-הא פון דעם טאג טעגליכן לעבן, איז אפטמאל זייער שווער צו שטעלן דעם ריקאווערי אלס העכסטער פריאריטעט אין לעבן, העכער אלעס אנדערש, און זיך אפלאזן פון אלע אנדערע זאכן אין לעבן און אריינלייגן אלע כוחות און מעגליכקייטן אין גרופעס, באקומען שטיצע, טעראפי, אא"וו. אין א ריהעב צענטער אבער האבן מיר נאר איין זאך אויף די וועלט צו טון: זיך ערהוילן.
עס זענען פארהאן פארשידענע ריהעב צענטערן וועלכע ספעציאליזירן זיך אין פארשידענע תחומים און אויף פארשידענע מהלכים.
פאר מער אינפארמאציע איבער די פארשידענע ריהעב צענטערן איז אויך ראטזאם צו רופן ריליעף.
אזוי אויך קענט איר זיך פארבונדן מיט אונז ביי דעם אימעיל אדרעס: gabbai@guardyoureyes.org