וואס האלט מיך אויפן שטריק

וואס האלט מיך אויפן שטריק

איך געדענק ווען איך בין געווען א קינד און איך בין געווען דאס ערשטע מאל אין די טווין טאוערס אויף א חול המועד אויספלוג, האט מען מיר דערציילט ווי נישט אזוי לאנג צוריק האט א מענטש גענומען א שטריק, עס אויסגעצויגן פון איין בנין צום אנדערן און אריבערשפאצירט אויף דעם שטריק, הונדערט צען שטאק אינדערהייעך, צום צווייטן בנין.

עס איז מיר שווער געווען צו גלייבן אז דאס האט געקענט עכט פאסירן, אבער מיינע עלטערן האבן מיר פארזיכערט אז דאס איז אמת, און אז עס זענען פארהאן מענטשן וואס קענען באווייזן דעם קונץ, צו וואקן אויף א שטריק, א דינעם שטריק, און זיך האלטן דעם גלייכגעוויכט און נישט אראפפאלן. איך מוז אייך זאגן אז איך בין געווען מורא'דיג אנטציקט פון דעם. פאר א קורצע צייט האב איך אפילו גענומען א בעזעם עס אויסגעלייגט ביי אונז אין קאך פון איין בענקל צום צווייטן, און פרובירט גיין אויף דעם אהין און צוריק. דאס האט אבער נישט אנגעהאלטן צו לאנג. ווי נאר איך בין דאס צווייטע אדער דריטע מאל געפאלן, האב איך אויפגעהערט מיט דעם און נאך א קורצע צייט האב איך פארגעסן פון דעם.

פון צייט צו צייט אבער האט דאס געהאלטן אין איין אויפקומען צוריק אין מיין מוח. שוין נישט אלס עפעס וואס איך קען אפשר טון, אבער יא אלס עפעס וואס איך וואלט געהאט חשק צו זעהן מיט מיינע אייגענע אויגן. דערפאר איז קיין וואונדער נישט, אז מיט יארן שפעטער, שוין אלס אינגערמאן, ווען עס איז מיר אונטערגעקומען א געלעגענהייט צו גיין זעהן אזא שוישפיל, ווי איינער שפאצירט אויף א שטריק, האב איך באקומען שטארק חשק צו דעם, בפרט אז איך האב געהערט אז ער גייט נאך באווייזן גרויסע קונצן זיך געפונענדיג אויף דעם שטריק. איך האב זיך נישט געפוילט, איך האב זיך איינגעהאנדלט א טיקעט און געפארן מיט מיין פרוי צו זעהן דעם וואונדערליכן ספעקטאקל.

נו, וואס זאל איך אייך זאגן, דער מענטש האט גארנישט אנטוישט. פאר א לענגערע צייט האט ער שפאצירט אויף דעם שטריק, אהין און צוריק, איין מאל און נאכאמאל. זיך אפגעשטעלט אויפן שטריק, באגריסט דעם עולם, געוואונקען און געשמייכלט. זיך אויסגעדרייט און צוריק געגאנגען. דערנאך איז ער געלאפן, נישט סתם געגאנגען, נאר געלאפן אהין און צוריק. זיך אוועק געזעצט אויפן שטריק און געפאטשט מיט די הענט און געפאכעט מיט די פוס. ער האט אפילו אוועק געשטעלט א בענקל אויף דעם שטריק און זיך אוועק געזעצט אויף דעם בענקל, און אזוי נאך פארשידענע גאר אינטערעסאנטע קונצן.

דער עולם איז פארשטייט זיך געווען אנטציקט ביז גאר. מען האט געשריגן און געליארמעט מיט פרייליכע אפלאדיסמענטן, און מען האט אים גראטולירט נאך יעדן קונץ באזונדער און פייערליך געפאטשט מיט די הענט. דער עולם איז געווען אין די גלייזן. עס איז געווען א מחזה וואס האט מיך אזוי באאיינדרוקט אז איך האב גראד געוואוסט אז איך וועל דאס נישט אזוי שנעל פארגעסן.

*

יארן זענען פאריבער, און דער עפיזאד מיט דעם שטריקן קריכער איז שוין נישט געווען פון די זאכן איבער וועלכע איך האב אסאך געטראכט. אבער אנדערע זאכן האבן יא פארנומען א גרויסן טייל פון מיין מח. נעמליך, וואס גייט זיין מיט מיר. פונדרויסן בין איך א אנגעזעענער מענטש (אדער לכל הפחות אזוי רעד איך מיך איין...), איך שטעל אן א שיין פנים, אפילו א שטיקל עסקן וואס טוט פאר אנדערע אידן. אבער וואס טוט זיך אינעווייניג.

אינעווייניג געפונט זיך אן אנדערער מענטש וועלכער ווערט בטל ומבוטל כעפרא דארעא אנטקעגן יעדער אביעקט פון לאסט. און דאס קען זיין סיי וואס, פון א מאן ביז א פרוי; פון א בעל חי' ביז א בוים. סיי וואס קען אויפוועקן מיין לאסט און דעמאלס בין איך פארטיג. דער קאמפיוטער איז מיין ווייב, און זי פירט מיך אראפ פון זינען. איך שעם זיך פאר מיר אליינס. החלטות, קבלות מיט הבטחות זענען מיין פרישטאג מיטאג און נאכטמאל. אבער נישט סתם אזוי, נאר פעסטע, מעכטיגע קבלות, באשוואוירענע צוזאגונגען וועלכע קומען באגלייט מיט בכיות נוראות, און צומאל אפילו מיט א תענית און הונדערטער טבילות אין מקוה.

איך האב שוין פרובירט אויפגעבן אויך. איך קען זיך נישט שלאגן און איך גיי מער נישט פרובירן. אבער אויך דאס האט נישט געארבעט. די אינערליכע מלחמה איז גארנישט קלענער אדער גרינגער געווארן. און דאס האט מיך געברענגט נענטער און נענטער צו שגעון.

*

ויהי היום און דורך א לענגערע שרשרת פון פאסירונגען האט דער רבונו של עולם מיך צוגעפירט צו אנערקענען אז איך בין געווארן אדיקטעד צו לאסט און צו זיינע נאכפאלגן און מיט זיינע גרויסע חסדים האט דער באשעפער מיר גענוג אראפגעקלאפט די גאוה אז איך זאל גרייט ווערן צו גיין צו א צוועלעף סטעפ פראגראם וועלכע העלפט מענטשן וועלכע פלאגן זיך מיט דעם זעלבן פראבלעם ווי איך. עס איז מיר נישט גרינג געווען. אבער איך בין געגאנגען.

ביים אנהייב בין איך געווען אין זיבעטן הימל, איך בין געקומען צו די מיטינגען, יעדע צוזאמענקום פון חברים פון דעם פראגראם בין איך דארט געווען, און אפילו געהאלפן ארגאניזירן. איך האב געלייענט די ביכער און די אנדערע ליטעראטור און איך האב געהאט א ספאנסער מיט וועמען איך האב כסדר גערעדט.

איך האב אפילו געטוישט ספאנסערס ווייל עס האט מיר אויסגעקוקט אז דער ערשטער ספאנסער מיינער ארבעט נישט אזוי גוט דעם פראגראם. איך האב עס איבערגערעדט מיט איינעם פון די עלטערע מעמבערס און יענער האט איינגעשטימט מיט מיר און איך האב דעריבער געטוישט ספאנסערס. בקיצור. איך האב געטראפן דעם לייזונג און איך בין געווען זייער פרייליך. יעצט האב איך געוואוסט פאר זיכער אז דאס איז עס. יעצט איינמאל בין איך איבערגעקומען דעם פראבלעם. מער דארף איך נישט זיין אזוי צובראכן און שפירן ווי א שטיק גארבעדזש. איך בין שוין גוט און ערליך, פיין און וואויל. אזוי איז פאריבער א תקופה פון העכער צוויי יאר.

פלוצלינג, איין טאג, אזוי פלעין איין גרינעם טאג, אן קיין שום הקדמות און אן קיין ווארענונג, האב איך געהערט עפעס א נייעס, איך בין געגאנגען זוכען, און פאר איך האב אפילו געכאפט וואס טוט זיך מיט מיר האב איך זיך געטראפן קוקען אויף אומאיידעלע בילדער. צוערשט נאר אביסל אומאיידל, אבער עס האט נישט גענומען לאנג ביז די בילדער זענען געווען געהעריגע פארנאגראפיע. און פון דארט איז שוין אלעס געגאנגען בארג אראפ. ביז א קורצע צייט בין איך געווען טיעף אין דער ערד.

איך האב נישט געוואוסט ווי זיך אהינצוטון. וואס איז געשעהן מיט מיר. איך בין דאך געווען אזוי גוט. איבער צוויי יאר, גארנישט געקוקט, אפילו נישט אין גאס, גארנישט געטון. ממש א קדוש געווען. וויאזוי בין איך דאס מסביר. איך בין געווען צובראכן און צוקלאפט. צושמעטערט און דעפרעסט. וואס גיי איך יעצט טון. וויאזוי גיי איך נאך אמאל ארויסקריכן פון דעם לאך. אויב דער פראגראם ארבעט אויך נישט, איז וואס יא. איך בין געווען פארלוירן. אבער נאך מער בין איך געווען אויפגערעגט. אין בין פשוט געווען אין כעס אויפן אויבערשטן, היתכן ער האט געהאט די חוצפה מיך צו מאכן פאלן נאך אזא לאנגע צייט וואס איך בין א מעמבער אין א צוועלעף סטעפ פראגראם.

אבער דאן האט איינער מיך אפיר גענומען און ער האט מיר מסביר געווען אז אמת איך בין טאקע אין פראגראם, אמת איך קום טאקע צו מיטינגען, אמת איך רוף טאקע מענטשן און אמת אז איך גלייב אז איך טוה אלעס. אבער למעשה בין איך נאר פארנומען מיט די זייטיגע זאכן. די עיקר זאך דאס האב איך אויסגעלאזט. דער פראגראם איז א צוועלעף סטעפ פראגראם. און עס זענען פארהאן צוועלעף סטעפס וועלכע מען דארף ארבעטן אויף צו קענען באפרייט ווערן פון דעם קנעכטשאפט. אויף צו קענען בלייבן אויבן און נישט אראפפאלן דארף מען ארבעטן די סטעפס.

און דאן האב איך מיך דערמאנט פון דעם מענטש אויפן שטריק און פלוצלינג האב איך אלעס פארשטאנען. ווען דער מענטש גייט אויפן שטריק, זענען פארהאן פארשידענע זאכן וועלכע העלפן אים זיך האלטן דארט אויבן און נישט אראפפאלן. צום אלעם ערשטן איז דא די ספעציעלע שיך וואס ער טוט אן; עס איז דא אזא לאנגער שטאנג וואס ער האלט אין די האנט אנצוהאלטן דעם באלאנס; עס איז דא דער עולם וואס שרייט און יובעלט און פאטשט מיט די הענט; עס איז אפילו פארהאן אונטער דעם א שטיקל נעץ אים צו כאפן אויב ער פאלט.

די אלע זאכן העלפן אים שטארק צו. אבער אויב איך וועל האבן די אלע זאכן און איך וועל ארויפגיין אויפן שטריק, וועל איך נאך אלץ אראפפאלן, אזוי ווי איך בין אראפגעפאלן פון דעם בעזעם שטעקן ביי אונז אין קיך. עס איז דא איין זאך וואס דער מענטש האט וואס איך האב נישט. און דאס איז די עראפארונג. יא. דער מענטש איז אויך אראפגעפאלן פונעם בעזעם שטעקן דאס ערשטע מאל. אבער ער האט נישט אויפגעגעבן נאך צוויי מאל פאלן אזוי ווי איך. ער האט ממשיך געווען און פראקטיצירט נאך אמאל און נאכאמאל. אזוי צענדליגער מאל, הונדערטער מאל, און טויזענטער מאל, ביז ער האט זיך אויסגעלערנט.

יעצט, ווען ער האט די סארט ערפארונג אונטער זיך, קען אים העלפן די שטאנג און די שיך און די געשרייען פונעם ציבור און אויך דער רואיגקייט אז ער גייט נישט צופלעטערן דעם קאפ אויב חלילה ער פאלט אראפ. אבער דער עיקר זאך וואס האלט אים אויבן איז נישט די אלע זאכן, די זענען אלע זייטיגע זאכן. דער עיקר וואס האלט אים דארט אויבן איז די ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט דאס צו טון איינמאל און נאכאמאל.

אט דאס האב איך זיך געכאפט יעצט. דער ספאנסער און די גרופעס און די צוזאמעקומפטן און די טעלעפאן קאללס און די חברים, די זענען אלע זייער וויכטיג. זיי געבן אסאך חיזוק. אבער דאס אליינס קען מיך נישט האלטן אויבן. וואס האלט מיך אויבן אויפן שטריק איז די צוועלעף סטעפס, און נאר דורך ארבעטן די סטעפס ווער איך באפרייט און איך באקום דעם מתנה צו קענען בלייבן אויבן; און אפילו דעמאלס דארף איך האבן די חיזוק און די שטיצע פון די אלע אנדערע צוגעהער. עס איז נישט גרינג, פונקט אזוי ווי עס איז נישט גרינג צו פראקטיצירן טויזעטנער מאל צו וואקן אויפן בעזעם שטעקן. עס פאדערט אסאך ארבעט, שווערע ארבעט, און אסאך געדולד. אבער אויב טוט מען דאס דאן עסט מען די פירות. און אויב נישט נישט.

לאמיר זיך אלעמאל האלטן פאר די אויגן די פראגע: וואס האלט מיך אויבן אויפן שטריק?