וואס האט שבועות מיט מיר?
אמת, מען עסט פיינע טשיז קעיק, דעלקעלעך מיט בלינצעס, אבער, אויסער דעם וואס נאך האט שבועות מיט מיר, אדער, וואס האב איך מיט שבועות. מיט דעם יום טוב?
אמאל שפיר איך אז נאך א מזל עס איז דא טשיז קעיק, אזוי האב איך אויך עפעס פון דעם יום טוב, און אמאל שפיר איך פארקערט, מיט וואספארא רעכט האב איך אזא הנאה פון די טשיז קעיק ווען איך האב נישט קיין שום שייכות מיט דעם יום טוב.
מילא די וואס לערנען, און זענען מקיים די תורה, יא, זיי זענען גראדע מחותנים מיט שבועות, אבער איך?... איך וואס איך ווייס דאך וואספארא מעשים איך טוה אפ, וואס האב איך מיט דעם און וואס האט דאס מיט מיר?
אבער דער אמת איז, אז איך האב זיך אצינד אליינס פארענטערט מיין פראגע.
און איך וועל מסביר זיין.
ווען איך בין געווען אינגער, א אינגל, א בחור'ל, אפילו א פרישער אינגערמאן, האב איך געשפירט א קשר מיט יעדן יום טוב. שוין פאר יעדן יום טוב האב איך זיך דערשפירט דערהויבן, אה, דער יום טוב קומט. איך האב געשפירט ווי איך ווער נענטער צום באשעפער. דער גאנצער ארום פון דעם יום טוב האט געהאט עפעס א ספעציעלן טעם. עס איז שווער עס מסביר צו זיין, אבער אזוי איז געווען דער מציאות. איך האב געשפירט א דערהויבנקייט.
ווען מען האט ארויסגענומען די ספר תורה, געזונגען די ניגונים, געזאגט אקדמות, געליינט די עשרת הדברות. איך האב באשיינפערליך "ענדשויט" יעדע מינוט.
אבער דאס אלעס האט זיך געטוישט. ווי איך בין עלטער געווארן און מיין מחלה איז געוואקסן האט זיך דאס אלעס געטוישט. איך האב אנגעהויבן שפירן ווייניגער און ווייניגער, ביז איך האב פשוט געשפירט פרעמד. וואס האב איך מיט די גאנצע זאך. איך בין דאך א ... איך ווייס דאך דעם אמת וויפיל איך זינדיג און וויפיל איך בין ווייט פון די גאנצע זאך.
אט די הרגשה איז געווארן ערגער און ערגער, טיפער און טיפער ביז איך האב פשוט געשפירט א אפשיי, א שרעק, א מין עקזייעטי פון דעם בעפארשטייענדן יום טוב. עס איז פשוט געווען א געפערליכער אפקומעניש, און צומאל האט דאס אליינס אנגעצונדן מיין תאוה און מיך געפירט גראד אין גרוב אריין איך האב געמוזט אנטלויפן פון דעם שרעק און ווייטאג.
איך בין געווען פארלוירענער פון פארלוירן.
היינטיגע צייטן, ווען איך שטיי פיל ווייטער פון דעם פארשטיי איך אבער אויך עפעס פיל טיפער פון דעם. היינט זעה איך בחוש ווי אט די ווייטאג איז געווען דער סוד און דער יסוד צו מיין היינטיגע רעקאווערי און היילונג.
וואס האט מיך געשטערט ווען איך בין געווען פארכאפט טיף אין די קלאמערן פון מיין מחלה? וואס האט מיך געטריבן צו זוכן דעם היילונג? דער שטערקסטער זאך איז געווען די בושה, די הרגשה פון דעם דאפעלטן לעבן. די סתירה.
דא שטעל איך זיך אהער ווי א שיינער איד און איך וויל מיין פאמיליע און חברים זאלן מיך זעהן אלס ערנסטער, ערליכער מענטש, און דערפאר פראביר איך טאקע אזוי צו זיין. אבער פאר עפעס א סיבה, ווען עס קומט צו דעם אבר קטן ווער איך פארוואנדלט אין א חי'ה, אין א באשעפעניש וואס איז ערגער פון דאס ערגסטע און נידריגער פון דאס נידריגסטע, וואס איך וועל זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט.
איז וואס בין איך, א ערליכער איד אדער א שייגעץ. א עובד ה' אדער גאר א כופר בעיקר. דער דאפעלטער לעבן, דער סתירה, דאס האט מיך געשטערט, דאס האט גענאגט מיין געוויסן און געביסן מיין הארץ און נשמה. דאס האט מיר נישט געגעבן קיין מנוחה נישט בייטאג און נישט ביינאכט. און דאס האט מיך געטריבן און געיאגט צו זוכן דעם רפואה וואס איך האב - מיט'ן הילף פונעם גרויסן באשעפער - היינט געטראפן.
און אט דער געפיל פון די סתירה, אט דאס קומט פון בושה.
די וועלט פארציילט א מעשה אז א גוי, איוואן וועלן מיר אים אנרופן, האט זיך אמאל אפגערעדט פאר א חבר אז ער האט ממש נישט קיין ברויט צו עסן און ער הונגערט אוועק. זאגט אים דער גוי אז טראץ וואס ער האט אויך נישט קיין ארבעט, דאך הונגערט ער אבער נישט. וואס איז זיין טריק? ער איז געוואויר געווארן אז אידן געבן צדקה אפילו פאר גוים, און ער גייט יעדן טאג אריין אין בית מדרש און שנארט נדבות און פון דעם האט ער גענוג אויף צו עסן.
געפעלט אים דאס געדאנק פאר איוואן און ער לאזט זיך תיכף אוועק צום נענטסטן בית המדרש און גייט אריין און פאלגט נאך וואס זיין חבר האט אים אנגעזאגט. ביז א שעה צוויי האט ער געהאט גענוג פאר עסן פאר'ן טאג און נאך אביסל פאר א טרינק ברוינפן.
איז דאך פיין און וואויל, אבער ניין, איוואן איז נישט צופרידן. וואס איז, ער זעהט אן אנדערן שנארער אין בית המדרש וואס באקומט שענערע נדבות פון אים. פרעגט ער זיך נאך, וואס גייט דא פאר, ביז איינער האט אים מסביר געווען אז פאר א איד גיט מען מער ווי פאר א גוי, גאנץ פשוט.
נו, נישט קיין פראבלעם, איוואן האנדלט זיך איין א קאפל און לערנט זיך אויס צו זאגן "צדקה", און געגאנגען, ער איז אויך א איד. און עס האט געארבעט. אבער גאנץ שנעל האט ער באמערקט אז עס איז דא אן אנדערע שנארער וועלכער מאכט נאך מער פון אים. פרעגט ער ביי יענעם, אזוי שטילערהייט: וואס איז אייער סוד, פארוואס גיט מען אייך מער געלט ווי פאר מיר. האט יענער אים אנפארטרויעט אז ער איז א גר צדק און אידן זענען מקרב גרים און דערפאר גיט מען אים מער.
פיין, ער כאפט גוט אויף די ביזנעס איוואן, און דעם אנדערן טאג האט ער שוין געזונגען א נייעם ניגון, ער איז א גר צדק. און, עס האט ווידער געארבעט, די נדבות זענען געוואקסן בכפליים.
עס האט אנגעהאלטן א שטיק צייט ביז איין טאג זעהט ער א איד וואס זיצט זיך אויף זיין פלאץ, לערנט געשמאק און פון צייט צו צייט גייט ער ארום אביסל, און דער עולם גיט, אבער נישט סתם, מען גיט אים נישט קיין מטבעות, מען גיט פאפירענע. און צומאל קומט מען אפילו צו צו זיין פלאץ און מען גיט אים אומגעבעטן.
אה, דאס איז דאך שוין גאר עפעס אנדערש? ער מוז דערגיין זיין סוד. און נאך א קורצע אויספארשונג איז ער דאס אויך געוואר געווארן. יענער איז אן אייניקל פון ר' אלימלך און חסיד'ישע אידן שטיצן און העלפן ארויס בנן של קדושים.
אהה, וואס קען דען זיין בעסער פון דעם? דעם אנדערן טאג דרייט זיך ארום אונזער איוואן אין בית המדרש און רופט אויס רואיג, העלפט ארויס א גר צדק אן אייניקל פון אלימלך...
וואס האט געפעלט פאר איוואן? די הרגש פון דעם סתירה. דער דאפעלטער לעבן. אלס גוי האט ער נישט געוואוסט אז די צוויי זאכן גייען נישט צוזאמען און דערפאר האט ער געהאט אזא פנים.
די ספרים (און דאקטוירים) זענען מסביר אז די ווייטאג וואס מען האט פון א אינפעקציע אדער פון א ברי איז א גרויסער טובה, ווייל אזוי טוט מען וואס מען דארף זיך צו היילן דערפון. ווען עס וואלט נישט וויי געטאן וואלט מען געזעצן דערמיט ביז עס וואלט אונז גענצליך פארגיפטעט און דער מענטש וואלט געשטארבן.
די זעלבע זאך איז מיט דעם. אט דער בושה, אט דער ווייטאגליכער געפיהל פון א דאפעלטער לעבן. אט דאס איז טאקע דער שליסל, דער יסוד, דער אנהייב פון אונזער היילונג.
און דאס האבן מיר צו פארדאנקען פאר דעם יום טוב שבועות. דער פסוק זאגט כי לבעבור נסות אתכם בא האלוקים, זאגן צדיקים אז נסות איז א לשון פון אויפהייבן. דער תורה איז געקומען אונז אויפהייבן, נישט נאר אונז נאר די גאנצע בריאה. די תורה האט אריינגעלייגט אין דעם "קאנשענס", אין דעם געוויסן פון די וועלט, אז ווען מיר טוען עפעס וואס איז א דירעקטע סתירה מיט דעם פלאן פון די וועלט, שפירן מיר זיך אומבאקוועם, מיר שפירן דעם ווייטאג וואס נאגט און מאנט און בעט און פאדערט און צום סוף טרייבט אונז צו טון עפעס, נישט צו זיצן איינגעלייגט.
אלזא, טייערער ברודער, אויב שפירט איר אז איר האט נישט קיין שייכות מיט דעם יום טוב, אדער דער יום טוב האט נישט קיין שייכות מיט אייך, טראכט עס איבער, קלערט אריין אין דעם וואס מיר האבן אייך דא געשריבן. דאס פונקט איז וואס וועט אייך פירן צום ריכטיגן וועג.
גיט נישט אויף, זוכט ווייטער, קוקט אייך אום אויף אונזער זייטל, שרייבט צו אנדערע אויפן פארום, שרייבט צו אונז. לאזט נישט נאך ביז איר טרעפט דעם וועג, ביז איר טרעפט די רפואה.
א פרייליכן שבועות