עפן אויף דאס הארץ פאר'ן טאטן
א גוטן טייערע חבירים וידידים.
ליינענדיג פארגאנגענע וואך אין די תורה די סדרה פון פרשת בא האבן מיר זיך געפונען אינעם יום טוב פסח.
וועסטו מיך דאך אוודאי פרעגן: וואס גייט דא פאָר, מען האלט קוים אפאר טאג נאך חנוכה און דו האלסט שוין ביי פסח?
אבער מיין טייערער חבר, יא! די צייט לויפט, פסח וועט זיין דא נאך פאר מען געט זיך א דריי, בפרט אז מיר שטייען אין די פרשיות וואס אין זיי ווערט פארציילט סיפור יציאת מצרים, דארפן מיר אריינקוקן אין די פרשיות און זיך מתבונן זיין אין זיי, וועלן מיר שוין איינוועגס געבן א בליק און די ווערטער פונעם בעל הגדה
וַיֹּאמֶר ה אֶל משֶׁה בֹּא אֶל פַּרְעֹה כִּי אֲנִי הִכְבַּדְתִּי אֶת לִבּוֹ וכו’ וּלְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנֵי בִנְךָ וּבֶן בִּנְךָ אֵת אֲשֶׁר הִתְעַלַּלְתִּי בְּמִצְרַיִם וְאֶת אֹתֹתַי אֲשֶׁר שַׂמְתִּי בָם וִידַעְתֶּם כִּי אֲנִי ה וכו’.
וְהִגַּדְתָּ לְבִנְךָ בַּיּוֹם הַהוּא לֵאמֹר בַּעֲבוּר זֶה עָשָׂה ה לִי בְּצֵאתִי מִמִּצְרָיִם. (שמות יג ח)
הָא לַחְמָא עַנְיָא דִּי אֲכָלוּ אַבְהָתָנָא בְּאַרְעָא דְמִצְרָיִם. כָּל דִּכְפִין יֵיתֵי וְיֵיכוֹל. כָּל דִּצְרִיךְ יֵיתֵי וְיִפְסַח. הָשַׁתָּא הָכָא, לְשָׁנָה הַבָּאָה בְּאַרְעָא דְיִשְׂרָאֵל. הָשַׁתָּא עַבְדֵּי, לְשָׁנָה הַבָּאָה בְּנֵי חוֹרִין.(הגדה של פסח)
קודם כל דארפן מיר פארשטיין דעם לשון הפסוק. דער רבש”ע זאגט פאר משה רבינו בא אל פרעה כי אני הכבדתי את לבו, קום צו פרעה ווייל איך האב הארט געמאכט זיין הארץ. לכאורה איז שווער, אדרבה, אויב איז זיין הארץ פארהארטעוועט און פארקלאפט, איז דאס א סיבה נישט צו גיין?
שטייט ווייטער אין פסוק: ולמען תספר כדי דו זאלסט קענען פארציילן, באזני בנך ובן בנך וכו’. ביז אהער איז דאך געווען כמה מכות וואס דארט שטייט נישט למען תספר, וואס האט פאסירט דא ביי מכת ארבה מער ווי מכות דם צפרדע כינים וכו’ וואס דא זאגט דער בורא כל עולמים פאר משה רבינוקום פאר פרעה כדי זאלסט קענען פארציילן פאר דיינע קינדער?
בכלל דארפן מיר פארשטיין, וואס מיינט כי אני “הכבדתי”? וואס איז דער ענין פון הכבדת הלב -“הארט מאכן זיין הארץ”?
ווען מיר זעצן זיך אוועק פסח צום סדר טיש, ווען ארום זיצן די טייערע בני בית און קינדערלעך, די משפחה, פאנגט מען אָן די מצוה פון והגדת לבנך - ספור יציאת מצרים, און מען זאגט והא לחמא עניא וכו’ כל דצריך ייתי וייכול, כל דצריך ייתי ויפסח, …ווער עס דארף זאל קומען עסן מיט אונז.פרעגט זיך גלייך די שאלה: יעצט זאגסטו? דאס דארף מען זאגן אדער אויפהענגן און בית המדרש דריי, פיר וואכן פאר פסח, אז ווער עס וויל קומען עסן צו מיר די סדר איז איינגעלאדענט און ער קען קומען. אבער זיצנדיג ביים סדר איז שוין אביסעלע צו שפעט, וואס וויל מען מיט דעם ארויסברענגען?
און נאך מער, אז מען קוקט אריין אין די הגדה זעט מען אז מען זאגט עס שוין נאך קידוש און נאך דעם לשם יחוד פון מצות סיפור יציאת מצרים, זעט מען אז עס איז נישט סתם אן איינלאדענונג, ווייל אויב יא וואלט מען עס געדארפט זאגן פאר קדש?
בלייבט אצינד די קשיא: וואס איז עס יא? און וואס האט דאס מיט די מצוה פון סיפור יציאת מצרים?
ס’איז דאך באקאנט דער מאמר אין מלך בלא עם. א קעניג דארף א פאלק, אבער א דיקטעטאר דארף נישט קיין פאלק; ער דארף נאר א מיליטער!
אז מען קוקט זיך צו וואס עס איז פארגעקומען די לעצטע פאר יאר אין מיטל מזרח, זעט מען ווי וועלט-מאכטן און דיקטאטארן פאלן צאם ווי פליגן; מדינות וואס פאר געציילטע טעג צוריק זענען זיי געווען און די הענט פון יחידים, זענען פלוצלינג געווארן פרייע מדינות און זייערע געוועזענע דיקטאטארן זענען טויט אדער אויפ'ן וועג אהין. אז מען קוקט אריין טיפער ווייסט יעדער אז די אלע דיקטאטארן זענען שוין פאר אסאך יאר פארפיינטעט ביים פאלק, אבער עס האט גענומען צייט ביז דאס פאלק האט זיך צאגענומען דעם כח און קוראזש אדורכצופירן אן אויפשטאנד, און אפילו ווען דער אויפשטאנד האט שוין יא אנגעהויבן צו שלאגן ווארצלען, האבן זיך די דיקטאטארן נישט געלאזט פאלן, ביז זייערע אייגענע נאנטע האבן זיך אנגעשלאסן אין די זייט פון די אקטיוויסטן.
למשל אין "מצרים" (עגיפטן), ווילאנג די ארמיי איז געווען געטריי צו מובאראק האט ער פרובירט מיט אלע כוחות צו דערדריקן און דערשטיקן די פראטעסטן, אבער ווען די גענעראלן האבן זיך אנגעשלאסן און די זייט פון די אקטיוויסטן, איז די מלוכה גלייך צופאלן, און טאקע דערפאר זענען די פראטעסטירער אין איראן אדער אין סיריע נישט מצליח, ווייל די גענעראלן פון די מיליטער זענען געטריי פאר די מדינה און זיי טוען אונטערדריקן די פראטעסטן. אבער די מינוט זיי זאלן מחליט זיין “גענוג” און זיך אנשליסן מיט די פראטעסטירער, זיך אנשליסן מיט'ן ווילן פונעם פאלק, איז דער דיקטאטאר אראפ פונעם בענקל.
לאמיר צוריק גיין צו אונזער “פרעה”.
כידוע פון אלע ספרים הק’ (מוסר הרמב”ם לבנו פרעה הוא היצר הרע) אז פרעה איז מרמז אויף א מציאות פון שלעכטס, א מציאות פון תאוה, גאווה, שקר, ומידות רעות, און דער פרעה כאפט מכות פון הקב”ה - דם, צפרדע, כינים - און ער זעט אז עס איז פארהאן א מלך וואס קעניגט אויף דער וועלט. די וועלט האט א בעל הבית. אבער ער מאכט זיך בלינד. זיינע שלעכטע מידות לאזן אים נישט.
“איך זאל זיך מכניע זיין צו הקב”ה?! ניין! דאס קען נישט און וועט נישט געשען!"
דאס איז “הכבדת הלב”! א מענטש ווייסט דעם אמת, א מענטש ווייסט אז ער איז נישט אויפ'ן ריכטיגן דרך, אבער ער לאזט זיך נישט מתקן זיין; זיינע מידות לאזן נישט, אבער דאס אלעס זאגט זיך גוט ביז די מכה פון ארבה - היישעריק, ווייל ביז אהער האבן טאקע אלע מצריים געשריגן, דאס פאלק האט געליטן, אבער זיינע נאנטע מענטשן ארום זיינע גענעראלן האבן אים מחזק געווען אז זייערע כישוף מאכער קענען דאס אויך וכדומה.
דא ביי ארבה איז דאס ערשטע מאל וואס מען זעט אז זיינע אייגענע מענטשן, וואס כאטש הקב”ה האט זיי אויך הארט געמאכט דאס הארץ, האבן זיי אויסגעשריגן צו פרעה, ווי דער לשון הפסוקוַיֹּאמְרוּ עַבְדֵי פַרְעֹה אֵלָיו עַד מָתַי יִהְיֶה זֶה לָנוּ לְמוֹקֵשׁ שַׁלַּח אֶת הָאֲנָשִׁים וְיַעַבְדוּ אֶת ָה אֱלֹקֵיהֶם הֲטֶרֶם תֵּדַע כִּי אָבְדָה מִצְרָיִם. אבער פרעה, כאטש אז זיינע אייגענע מענטשן שרייען צו אים און זענען מודה אז עס איז דא א בורא עולם אויף די וועלט, זענען זיינע מידות, זיין גאווה, זיין שקר צו שטארק. ער לאזט זיך נישט. נאר פארקערט, ער זאגט א שקר מען גייט ארויסשיקן די אידן און עס ענדיגט זיך מיט וַיְחַזֵּק יְהֹוָה אֶת לֵב פַּרְעֹה וְלֹא שִׁלַּח אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל.
ווייל: אויב א מענטש וויל נישט זעהן דעם יד ד’, ער וויל נישט זען אז עס איז דא א בורא עולם אויף די וועלט - הבא לטמא פותחין לו!
ווילסט זיין בלינד? ווילסט נישט זען דעם אמת? וועסטו בלייבן מיט א הארטע הארץ וואס אפילו די גרעסטע מופתים פון הקב”ה וועט אויף דיר קיין השפעה נישט האבן! און אפילו ווען דיינע אייגענע נאנטע, וואס בדרך הטבע, ווען זיי זענען שוין מודה וואלטסו זיך שוין געדארפט ברעכן, אבער ניין, דו פארשטאפטס זיך דאס הארץ!
און דאס איז דער למען תספר באזני בנך. ווייז דיינע קינדער ווי שטארק הארט א מענטש קען ווערן, און ווי נישט זעבאר א מענטש קען ווערן, ממש פארפרוירן! און נישט קיין חילוק וויפיל מעסעדזשעס ער באקומט פון בורא עולם, זעט ער נישט!
באמערקט ער דען נישט?! אוודאי באמערקט ער יא! נאר ער קען זיך נישט צוזאמנעמען אקעגן זיינע מידות, אקעגן זיין טבע, אקעגן זיין רגילות, ממילא טוט ער עס איגנארירן. “הכבדת הלב ממש!” און פארדעם וויל הקב”ה אז משה זאל גיין צו פרעה בשעת זיין הארץ איז פארמאכט, כדי ער זאל זען מיט די אייגענע אויגן ווי א מענטש קען זיך באגראבן, און אפילו ווען זיינע אייגענע נאנטע מענטשן זענען אים מעורר, טוט ער זיך נישט ערוועקן נאר ער בלייבט קאלט, און אמאל זיך צו פארענטפערן טוט ער נאך אפלאכן פון זיי, און אמאל זיי אוועקטרייבן, ווי עס שטייט און פסוק וַיְגָרֶשׁ אֹתָם (משה ואהרן) מֵאֵת פְּנֵי פַרְעֹה!
יעצט מיין טייערע חבר! פסח ביים סדר, א איד זעצט זיך אוועק און פארציילט די סיפור יציאת מצרים און ער איז זיך מתבונן: וויפיל פרעה ליגט און מיר? וויפיל הכבדת הלב איז דא אין מיר?וואס איז מיין טעמפראטור? בין איך אייז אדער קאלט, ווארעם, הייס, זעה איך דער יד ה’ צי נישט? וויאזוי זע איך די מעסעדזשעס פונעם אויבערשטן? טו איך בכלל זיך וואוסנדיג מאכן? גיי איך צו מיינע נאנטע חברים, רבי’ס, הערן זייער מיינונג, און ווען זיי האבן אדער זאגן הערן איך זיי אויס, אדער איך באדעק דאס הארץ מיט אן הכבדת הלב און איך גיי מיך ווייטער? און אזוי ווייטער און ווייטער, ביז דער מענטש זאגט צו זיך און צו זיין בני בית: קינדערליך, גענוג מיט דעם פרעה, ער האט אונז גענוג גע'רודפ'ט, גענוג פארביטערט אונזער לעבן, גענוג מיט'ן גלות. מיר גייען אנפאנגען צו לעבן א לעבן פון פרייהייט. “פסח איז דאך זמן חרותינו”. מיר גייען פטור ווערן פון די הכבדת הלב, מיר גייען אנפאנגן זעהן דעם יד ד’, מיר גייען ריפלייען צו יעדן מעסעדזש פון הקב”ה!
און דער קינד פרעגט: געוואלדיג טאטי! עס הערט זיך אזוי געשמאק צו פירן א לעבן אָן פרעה, און נאר מיט הקב”ה אויף טריט און שריט, אבער טאטי ווי אזוי? טאטי, וואס גייט מען טון צו טוישן דעם מהלך וואס איז געווען ביז יעצט? וויאזוי טאקע קענען מיר פטור ווערן פון אונזער פרעה?
און דער טאטע ענטפערט פאר די קינדערעיך (אבער בעיקר רעדט ער צו זיך אין הארץ אריין): כל דצריך ייתי ויאכל, ווער עס וויל זאל קומען מיטעסן מיט אונז, וואס דאס מיינט נישט נאר עסן צוזאמען, נאר ווען מען עסט פארברענגט מען, מען שמועסט זיך אויס, מען הערט א צווייטן, מען איז מחזק א צווייטן, עס ווערט דער ענין פון דיבוק חברים.
קינדערלעך, מיר וועלן אנהויבן מער צו היטן אויף אונזערע אויגן און מחשבות, מיר וועלן קומענדיגן יאר ארייננעמען מער געסט ביי אונזער שבת טיש, וואס דאס וועט מוסיף זיין א ווארעמקייט און דער שבת, מיר וועלן ארייננעמען און אונזער שטוב דעם נצרך וואס דרייט זיך ארום מיט א צובראכן הארץ, מיר וועלן אים מחזק זיין, מיר וועלן אים פארציילן ווי גרויס דער בורא כל עולמים איז, מיר וועלן פארציילן פאר זיך אליין פאר'ן אייגענעם הארץ און נשמה אז אלעס וואס ער טוט איז לטובה מיט א חשבון וכו’ וכו’ און דאס וועט אראפנעמען אונזער הכבדת הלב, אונזער הארץ וועט אנפאנגען קאכן און ברענען מיט ווארעמקייט און מיר וועלן פלוצלינג זעהן מעסעדזשעס פון הקב”ה קומען אריינצופליען אזויווי מוצאי שבת ווען מיר מאכן אויף דעם סעלפאן…
הָשַׁתָּא הָכָא, לְשָׁנָה הַבָּאָה בְּאַרְעָא דְיִשְׂרָאֵל. הָשַׁתָּא עַבְדֵּי, לְשָׁנָה הַבָּאָה בְּנֵי חוֹרִין!
(קרעדיט: עבודת הבורא פון אונזער פארום/אהרן הכהן פון אייוועלט)