מיר מוזן שפילן נאך סצענעס!
יא, ווער האט געגלייבט שוין פאראיבער א יאר זינט יענע שפיל!!
מיינע קרישקעלעך פון יענעם שפיל ליגט מיר נאך גוט אין די מילצן, איי איז דאס געווען א שפיל, דער יאנאש איז לכאורה געווען פון די בעסטע עקטאר'ס אויפן שפיל, דער האט אראפגעלייגט אן ארבייט איינס אין די וועלט.
איך זאג נישט ער האט געמאכט פון מאל צו מאל אפאר גוטע פלאפ'ס, איך גלייב אז דער פראדוסער פונעם שפיל האט זיך עטליכע מאל געוואלט באגראבן פאר בושה פון די דורכגעפאלענע דזשאוקס, איך הער אז באמת איז עס געווען גוט אראפגעשריבן, נאר יאנאש האט פשוט גערעדט "אוט אויף סקריפט".
איך האב גראדע געטראפן יאנאש לעצטנס, און ער האט מיר אראפגעלייגט פונקטליך וואס האט פאסירט ביים שפיל, אט הערט.
אינמיטן דעם שפיל, איך האב געזעהן ווי אלעס פארט געשמאק, איך האב געהאלטן איך האב די גאנצע זאל אין מיין האנט, האב איך מיר ערלויבט צו גיין ווי מען רופט עס אויט אויף ליין, אבער עס האט אזוי געפלאפט, דער עולם האט נישט געלאכט, און איך האב פשוט נישט געוויסט וויאזוי גייט מען יעצט צוריק צום סקריפט פונעם שפיל.
למעשה די סצענע האט זיך גענדיגט, איך האב עכט נישט געוואוסט וויאזוי גיי איך מיר באווייזן מיין פנים פאר די פראדוסער? מיין פנים איז רויט ווי א פעסטראמי, מיין גאנצע שטימונג איז איינגעזויערט ווי א פיקל, מיינע בזיונות ציפען אין מיר ווי איך זאל יעצט טרינקן מוסטערד, נאך א ראל פעלט מיר אויס און איך בין א פארטיגע סענדוויטש טו גאו, מיין פראדוסער וועט זיכער יעצט מאכן פון מיר אויווערנייט מאשרום'ס, איך מיין וואס טוט מען?
הכלל, איך בין צוגעגאנגען צו אים, איך האב אים געזאגט איך האב געמאכט א מאסיווע דורכפאל, גלייב מיר איך בין ממש צוזעצט פון דעם דורכפאל, איך ווייס נישט וואס צו טוהן פאר ווייטאג!
זאגט אים די פראדוסער, הער איך פארשטיי אז דו האסט דיך בא'נער'ישט, אבער איך בעט דיר, דו מוזט יעצט זיך האלטן צום סקריפט, און פארגעס וואס איז געווען, דו מוזט קענען שפילן די אנדערע סצענעס אויך, אז דו וועסט זיין אנגעזעצט וועט אונזער גאנצע שפיל ווערן א קאטאסטראפע, מען קען נישט שפילן מיט א אנגעזויערטן פנים!
***
מיר זענען אראפגעקומען אויף די וועלט צו שפילן די סצענעס וואס מען האט אונז פארגעשריבן אין די תורה, יעדע יאר איז א סצענע פאר זיך.
מיר גייען זיך יעצט באגעגענען מיט אונזער פראדוסער דער גרויסער און הייליגער באשעפער, וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון, מיר האבן געמאכט עטליכע אדער מערערע פלאפ'ס דורכאויס די יאר, מיר האבן געמיינט די וועלט באלאנגט צו אונז, מיר זענען געווארן פארלוירן פונעם גאנצן עולם הזה'דיגן רייץ אזש מיר האבן געמיינט אז מען קען ארויסגיין אביסל פונעם סקריפט.
אוי איז דאס געווען א מיאוסע דורכפאל, אונזער פנים גריל'ט פאר בושה ווען מיר גייען זיך באגעגענען מיט'ן רבוש''ע דעם ראש השנה הבא עלינו לטובה, אבער מיר וועלן זיך באמת איבערבעטן, זאגן אונז האב מיר געטוהן נישט ריכטיג, אבער איין זאך האלטן פאר די אויגן, די אנדערע סצענע עפנט זיך אויף גראד נאכדעם, מען קען נישט זיצן ווי א איינגעזויערטע אוגערקע, מען ווישט אפ, און געגאנגען ווייטער, אויב איז מען אנגעזויערט די איבעריגע סצענעס דאמאלטס ווערט מען איין שטיק דורכפאל!
תשובה מיינט נישט יאוש, דעפרעסט, אדער אנגעזויערט.
תשובה מיינט חרטה על העבר, און גלייך קבלה על העתיד, מען גייט ווייטער, דריי נישט די בלאטע אזוי סאך, יא מען דארף האבן אן אימת הדין מיר גייען גיין צום באשעפער זיך באווייזן די בושת הפנים ווען אויפן רוקן שלעפן מיר אונזערע דורכפעלער, אבער אימת הדין מיינט נישט אנגעזעצט, מיואש, אדער דעפרעסט.
געדענק מיר מוזן נאך שפילן נאך סצענעס! מיר גייען אי''ה ארויסגיין זכאי בדין, און מיט די ריכטיגע אמונה ובטחון וועלן מיר שפילן די קומענדיגע סצענעס לויט די פארשריפטן פון די הייליגע תורה, מיט א שמחה, גוטמוטיג, פרייליכערהייט, אונזער שפיל וועט געדענקט ווערן אלס א סוקסעס!!!!
(קרעדיט: עד כאן)