|
|
מעלדונגען |
 |
|
לכבוד שבת קודש
בהעלותך את הנרות... די לעכטלעך האבן זיך געדארפט בייגן צו די מיטלסטע, און אזוי אויך זאל זיין "השלהבת עולה מאליה".
ס'איז פאר אונז א לימוד, אז ווען מ'וויל זוכה זיין צו התעלות, צו ליכיטיקייט, דארף מען זיך געבן א בייג, הכנעה און התבטלות צום אייבישטער, וויסן אז ער, און נאר ער, קען אונז האלטן ריין און מאכן ליכטיג אונזער לעבן און אונזער נשמה.
די "בייג", די הכנעה, דאס אליין איז די גרעסטע מתנה, וויסנדיג אז נאר ער פירט אונזער לעבן, און ווען אונז לעבן מיט דעם אז אונז זענען אין זיינע הענט, אונטער זיין פארטיך, ווערט די גאנצע לעבן גרינגער און געשמאקער.
|
|
א נקודה |
 |
|
רפואה ליחיד
עס דערמאנט מיר, איך האב אמאל גערעדט מיט א גרויסער דאקטאר אויף עקזעמא, איינע פון די גרעסטע דאקטוירים אין אמעריקא אויף די ענינים, האט ער מיר געזאגט, יעדע מאל ווען דו גייסט ארויס מיט דיין קינד אין גאס, וועסטו ווערן באפאלן מיט אלע מענטשן וואס האבן זיך אמאל געמוטשעט מיט דעם, און יעדער איינער וועט דיר זאגן לויט זיין עקספיריענס, אז דאס און נאר דאס וועט העלפן, וויל איך דיר זאגן! יעדער איינער רעדט פון זיין עקספיריענס, און איך וויל דיר צולייגן אז מיין עקספיריענס האט געוויזן אז עס איז נישט דא קיין עקספיריענס - וואס עס ארבייט ביי איינעם מיינט נישט אז עס וועט ארבעטן ביי א צווייטן, יעדער איינער דארף טרעפן זיין אייגנארטיגן וועג וואס וועט אים אויסהיילן.
לענינינו די זעלבע איז ביי אונז, יעדער איינער פון אונז קען ברענגען זיין מעסעדזש, אבער דו דארפסט טרעפן דיין אייגנארטיגן וועג וואס וועט ארבעטן ביי דיר.
(קרעדיט: הייליגער צדיק)
|
|
פון די חבריא |
 |
|
האסט נסיונות? שלך גדולה משלהם!
מ'זעט די וואך אין רש"י, אנהייב פרשה, וז"ל:
לָמָּה נִסְמְכָה פָרָשַׁת הַמְּנוֹרָה לְפָרָשַׁת הַנְּשִׂיאִים? לְפִי שֶׁכְּשָׁרָאָה אַהֲרֹן חֲנֻכַּת הַנְּשִׂיאִים חָלְשָׁה אָז דַּעְתּוֹ, שֶׁלֹּא הָיָה עִמָּהֶם בַּחֲנֻכָּה לֹא הוּא וְלֹא שִׁבְטוֹ, אָמַר לוֹ הַקָּבָּ"ה חַיֶּיךָ שֶׁלְּךָ גְדוֹלָה מִשֶּׁלָּהֶם, שֶׁאַתָּה מַדְלִיק וּמֵטִיב אֶת הַנֵּרוֹת.
דאס איז פאר אונז א מוראדיגע שטארקע לימוד.
אמאל זעהט א מענטשט און שפירט ווי ער איז דערווייטערט פון באשעפער, ער האט אזעלכע ביטערע נסיונות, ער מוטשעט זיך געפערלעך מיט זאכן וואס ער ווייסט אז ס'איז די ערגסטע, ער קען קוים דאווענען, ער האט נישט חשק צו לערנען, מוטשעט זיך מיט שמירת עינים וכו' וכו'.
און ער זעהט אנדערע חברים אין בית מדרש וואס הכרת פניהם ענתה בהם אז זיי זענען יראי שמים, זיי דאווענען מיט אזא ברען, זיי לערנען מיט א מוראדיגע התלהבות ברשפי אש...
דאס אלעס איז גורם אז חלשה דעתו, שאין חלקו עם חבריו בעבודת ה', ער טראכט אז ער איז נדחה געווארן ואין הקב"ה חפץ בשימושו. ער טייטשט אפ די נסיונות אלס סימן אויף התרחקות.
און די אייבישטער ענטפערט: חייך שלך גדולה משלהם! טייערע נשמה, מיין באליבטער קינד, דיין זיך מוטשען מיט נסיונות, דיין ציבראכן הארץ וואס דו האסט נאר צוליב דעם אז דו ווילסט זיין נאנט צו מיר, דאס איז נאך מער פון אלעס! רחמנא לבא בעי, און אויב דיין הארץ בענק אזוי שטארק צו מיר, ביסטו דאך ממש מיט מיר!
(קרעדיט: נישט שפעט בשם שלום אהליך)
|
|
חיזוק געדאנקען |
 |
|
טייער קינד, איך וויל דיר העלפן, לאז זיך נאר העלפן...
דאס דערמאנט מיר פון א משל וואס דער דובנא'ר מגיד ברענגט, אז עס איז אמאל געווען א איד, וואס איז אויפגעוואקסן ביי גאר רייכע עלטערן, און ווען ער האט חתונה געהאט האט ער געטראכט אז ער וויל נישט צוקומען צו זיין טאטע'ס הילף, ער וויל זיך אליין אויפבויען זיין אייגענע ביזנעס, און שפירן אז ער איז אליין א מענטש צום טיש, און וויפיל זיין טאטע האט אים געוואלט צוהעלפן, סיי דורך געבן געלט, סיי דורך ריכטיגע עצות פון זיין אייגענע עקספיריענס, האט אייביג געזאגט, טאטי איך וויל מיר אליין שטעלן אויף די פיס, איך בעהט דיר העלף מיר נישט לאז מיר אליין זיך לערנען, און איך וועל אליין אנקומען צו די פלאץ ווי דו ביסט אנגעקומען. און אזוי האט ער זיך אפגעמוטשעט זיינע יארן, וואס ער האט געמאכט קוים אויף צום לעבן.
ויהי היום זיין עלטסטע טאכטער האט זיך ב"ה פארעלטערט, און זי איז אנגעקומען צו די צייט פון שידוכים, און אזוי ווי ער איז געקומען פון א רייכע משפחה, האט מען אנגעטראגן פון די שענסטע און בעסטע שידוכים, און ער האט געטראכט אז ער קען צוזאגן א גרויסע נדן, ווייל אזוי ווי זיין טאטע האט געקענט אנקומען צו א פלאץ ווי ער האט עס געקענט באצאלן, וועט ער אויך קענען אנקומען אהין. ער האט ב"ה א שידוך געטוהן גאר א רייכע שידוך, און גאר א חשובע בחור, און פארשטייט זיך אויך צוגעזאגט גאר א גרויסע סכום פאר נדן, וואס איז געווען אסאך אסאך העכער פון זיינע מעגליכקייטן, און ער האט געהאפט אז ביז די זמן החתונה וועט אים די מזל צושפילן אז ער זאל עס קענען באצאלן.
אבער די זמן החתונה האט זיך אונטער געיאגט, און די געלט איז נישט געווען, ער איז געווארן זייער פארלוירן, איז ער בלית ברירה אריבער צו זיין טאטע און אים געבעהטן, טאטי איך קען נישט שטיין אין מיינע התחייבות'ן וואס איך האב מיר אונטערגענומען, איך בעהט דיר דו ביסט דאך א גוטע פריינט מיט מיין מחותן, איז בעהט אים אז ער זאל מסכים זיין צו אפלאזן דעם שידוך. דער טאטע קוקט אים און פרעגט, פארוואס ווילסטו אפלאזן די שידוך, איך בין גרייט דיר אויסצוצאלן דעם גאנצן נדן, און דער זוהן ענטפערט טאטי דו ווייסט דאך אז איך וויל נישט צונעמען דיין געלט, איך וויל מיר אליין שטעלן אויף די פיס. דער טאטע געבט א קרעכץ און ער זאגט מסכים, ער האט גערעדט צום מחותן און מען האט אפגעלאזט דעם שידוך.
עס איז אריבער א שטיק צייט און ער האט נאכאמאל א שידוך געטוהן. דאסמאל איז עס שוין נישט געווען פון א רייכע משפחה, און אויך ווייט נישט די זעלבע סארט בחור, אבער פארשטייט זיך אז דער נדן איז אויך געווען גאר אסאך נידריגער. אבער ווען עס איז געקומען די זמן החתונה און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן אפילו דאס ביסל, האט ער אנגעהויבן מורא האבן וואס וועט דא זיין, איך קען דאך נישט נאכאמאל אפלאזן דעם שידוך, ווייל ווער ווייסט וואס גייט נאכדעם זיין. בלית ברירה גייט ער אריבער צום טאטן, און ער גיסט אויס זיין שווער הארץ פאר אים, און ער בעהט זיין טאטע ביטע דאס מאל קום מיר צו הילף, אז איך זאל נישט פארשעהמט ווערן נאכאמאל.
דער טאטע קוקט אים אן און עס רינט א טרער פון זיינע אויגן, און ער זאגט: מיין טייער קינד איך בין אייביג געווען גרייט דיר צו העלפן, דו האסט אבער נישט געוואלט, וויפיל עגמת נפש וואלסטו דיר געקענט פארשפארן אין דיין לעבן, אבער פון יעצט געדענק איך בין אייביג דא פאר דיר, און איך בין גרייט דיר צו העלפן.
*
לענינינו דער אויבערשטער קוקט מיר אן מיט בליקן פון רחמנות און מיט-געפיל, און ער זאגט מיר:
מיין טייערע צדיק'ל, איך בין אייביג דא פאר דיר, איך געב דיר אלעס וואס דו דארפסט, אבער פארשטיי דו דארפסט מיר לאזן דיר העלפן, קום אריבער צו מיר און בעהט מיין הילף, זאג מיר נישט אז דו קענסט זיך אליין א עצה געבן, וועסטו זעהן אז איך וועל דיר העלפן, עס איז א שאד אויף דיין עגמת נפש וואס דו גייסט אדורך אין יעדע הינזיכט פון לעבן, אלעס קען ווערן מסודר און איין מינוט, אויב דו וועסט מיר נאר לאזן אריינקומען צו דיר אין שטוב און אלעס מסדר זיין, צו דיר אין ביזנעס און אלעס אוועק שטעלן אין פלאץ, צו דיר אין הארצן אריין און אלעס אויסרייניגן, זיי שטארק געדענק איך בין אייביג דא פאר דיר.
(קרעדיט: הייליגער צדיק )
|
|
בדידי הוה עובדא |
 |
|
עקביא בן מהללאל אומר...
די פארגאנגענע פאר טעג, אדער בעסער געזאגט די פארגאנגענע וואך איז די רייץ אויף אן אויסטערלישע פארנעם ממש לא יאומן כי יסופר, מ'קען אנלייגן אז די גורם דערצו איז עפעס זייער אן ערענסטע פאסירונג וואס קומט יעצט פאר אין מיין לעבן, אבער ס'מאכט נישט אויס.
איך האב פרובירט זיך האלטן מיט אלע תחבולות: סטעפ ארבעט, רעדן מיט חבירים, זיין אקטיוו אויפן פארום, בעטן דעם אויבערשטען נאכאמאל און נאכאמאל און נאך און נאך, אבער זילטש, גארנישט האט געהאלפן, די רייץ און לאסט האט זיך נאר געשטארקט, כ'האב געשפירט לפעמים אז איך האלט עס נישט אויס און אפי' געטראכט אז לויט די אומשטענדן מעג איך זיך אפשר נאכגעבן דאס איינע מאל.
אבער ה' הטוב מיט זיין אומגעהויערע ליבשאפט צו מיר איז גרעניצלאז מיט זיינע מעגליכקייטן און ער לויפט קיינמאל נישט אויס פון עצות מיר צו אפהיטן האט ער מיר אריינגעשיקט די סקולענע ניגון, 'עקביא בן מהללאל אומר', און דאס ווירבעלט אין מיין מוח אנע אפשטעל און צומאל זינגט זיך עס ארויס פון מיין מויל מיט געפילן פון: הבטחה אז כ'וועל בלייבן ריין, אמונה, תפלה און מורא. און עד הנה האט עס מיר געהיטן, באשעפער זיסער איך דאנק דיר אויף דעם און איך בעט דיר אויף ווייטער
(קרעדיט: שלום אהליך)
|
פאר סיי וועלכע הערה/הילף, אדער צו מנדב זיין אן אימעיל (וואס ווערט געשיקט צו איבער 1200 אדרעסן) און האבן דעם געוואלדיגן זכות צו זיין ממזכי הרבים, ביטע ריפלייען צו דעם אימעיל, אדער דריקט דא. |
|