ווען די אייבישטער העלפט קען מען אלעס דורך גיין!
פונדערווייטענס זעהט מען זיי שוין קומען!
מיט שפאנונג ערווארט מען די צוועלעף מרגלים, צו הערן וואס זיי האבן צו פארציילן איבער דעם נייעם לאנד וואס השי"ת גייט זיי געבן.
אבער ווי די מרגלים קומען נענעטער, אנטפלעקט זיך פאר זיי, א טראגי-קאמיש'ער בילד, מיט אפגעמוטשעטע כוחות קומען זיי אן שלעפנדיג עפעס גאר שווערע לאסט אויף זייערע אקסלען. וואס איז דאס? אכט חברה האלטן א געהענגל טרויבן, יעדעס טרויב אין די סייז ווי דריי מעלוינעס. פון אונטן קומען אנדערע צוויי, איינער מיט א פייג, כמעט גרעסער פון אים, און דער צווייטער א מילגרוים...
אנטשולדיגט, זאגט מיר עטץ זענט אינגאנצן ברירט געווארן? ס'איז פורים היינט? ווי פארשאפט מען דאס?
אבער ניין, די מרגלים לאכן שוין גארנישט, נאר מיט א ערנסטע מינע אויפן געזיכט, פארציילן זיי דעם גאנצן אמת... יא, די פירות וואקסן אין דעם צוגעזאגטן לאנד!!!
דער גאנצער עולם קראכט אויס אין יאמערליכן געוויין, אז מ'האט געקענט טויב ווערן, קוקנדיג מיט שרעק אויף די ריזזזזזזזזזיגע מילגרוים...
דו לאכסט, אבער זיי וויינען.
איך וואלט נישט אויפגעהערט צו לאכן, אבער זיי וויינען.
מאדנע.
אבער נאך מער מאדנע איז די בייפאל פון זיך שלעפן ווייטע שטרעקעס אין די הייסע מדבריות מיט שווערע לאסט, צו קענען ווייזן די איטשענסטיג פרוכט... נישט בעסער געהאט וואס צו טוהן?
און די אידן אנשטאט אויסברעכן אין א געלעכטער פון די מאדנע ערשיינונג וואס דא קומט פאר, ברעכן זיי אויס אין א געוויין...
עפעס מאדנע מענטשן דאס...
וואס דא קומט פאר איז אזוי.
די אידן האבן געלעכצט אויף איין זאך, ואני קרבת אלקים לי טוב, זיין נאנט צום באשעפער.
אזוי געהאפט אז מ'וועט אריינקומען צום הייליג לאנד, אה! וואס פארא קדושה גייט זיך אפטוהן דארט.
בויען א ביהמ"ק מקריב זיין קרבנות, דינען דעם לעבעדיגן גאט פון צופרי ביז ביינאכט.
יא יא, שיינע חלומות געהאט....!!! – שרייען די מרגלים.
קוקטס אין וואספארא לאנד ענק גייען אריין!
א לאנד וואס גיסט זיך... וואס? קדושה? טהרה?
א נעכטיגער טאג.
גשמיות!!!!!!!!!!!!!!!!! דאס גיסט זיך, שוואוילטאג, עסן פרעסן תאוות.
וַיַּרְאוּם אֶת פְּרִי הָאָרֶץ, וַיְסַפְּרוּ לוֹ וַיֹּאמְרוּ בָּאנוּ אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר שְׁלַחְתָּנוּ וְגַם זָבַת חָלָב וּדְבַשׁ הִוא וְזֶה פִּרְיָהּ!!
גיט א קוק א פשוט'ער פרוכט ווי טרויבן, ווי אזוי ס'קוקט אויס, א פייג, א מילגרוים, וגם ילידי הענק ראינו שם, פארגרעבטע מענטשן!!!
לאזט אייך אפ פון דעם, דאס איז א פארלוירענעם קאמף, מיר זענען צו שוואך פאר דעם.
צום שלוס, הערט אויס אונזער אפיניען:
לֹא נוּכַל לַעֲלוֹת אֶל הָעָם כִּי חָזָק הוּא מִמֶּנּוּ!!! פינטל.
מיר רעדן פון עקספיריענס, דאס איז עס, לאזט אייך נישט אריינפירן אין באד אריין.
*
--- וכי זו בלבד עשה לנו בן עמרם????????????
ששששששששששששש!!! אלעס ווערט שטיל, יעדעמ'ס אויגן איז יעצט געוואנדן צו יהושע, וואס האט ער עפעס צוצולייגן זאלץ צום וואנד.
והלא קרע לנו את הים והוריד לנו את המן והגיז לנו את השליו.
ובכן, טייערע אידן! קלערט נישט אריין צו סאך, אויב די רבונו של עולם שיקט אונז אהין, דאן זענען מיר פארזיכערט, אן קיינע ספיקות!!
און יא, אן קיין ספק "עָלֹה נַעֲלֶה וְיָרַשְׁנוּ אֹתָהּ, כִּי יָכוֹל נוּכַל לָהּ!!!!!!!!!!!!!!!!!
עלה נעלה, אפילו בשמים, והוא אומר עשו סולמות ועלו שם, נצליח בכל דבריו!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
לאמיר זיך אנגארטלען מיט עזות דקדושה, און מיט א תפלה צו בורא עולם, און ער וועט אונז זיכער געבן די כוחות ביי צושטיין די אלע שווערע נסיונות, לאמיר זיך אנכאפן אין די מאמעס פארטוך, און גלייבן דעם גרויסן באשעפער אויפן ווארט מיט א תמימות און א פשטות, אז יא, אויב האט ער אונז דא אריינגעשיקט, קענען מיר עס דורכמאכן!!
און לאמיר נישט זיין ווי די מרגלים, וואס צוליב אביסל צופיל ענווה האבן זיי פארגעסן צו גלייבן אין באשעפער....
"ששמעתי ממורי שרוב ענותנותו של האדם גורם שנתרחק מעבודת השי"ת"!! (תוי"י עקב)
פארדעם טאקע "כדי חמא ענוותנותיה דיהושע קרא משה להושע בר נון יהושע". יא אויף דעם האט משה רבינו געזארגט פאר יהושע, אז ער וועט איבערגענומען ווערן פון די שרעקעדיגע נסיונות אזוי ווי די מרגלים...
(קרעדיט: כי בשמחה תצאו)