פרובירסטו אויפצוהערן אבער עס גייט נישט?
דו ביסט אנגעקומען צום ריכטיגן פלאץ!
"היט דיינע אויגן" שטעלט צו אומזיסטע און אנאנימע הילף פאר אלע שטאפלען פון דעם נסיון!
איבער 14 יאָר אין עקזיסטענץ
1,500 מעמבערס פון אַרום דער וועלט
מיר וועלן דיר העלפן זיך שטארקן!
אן אומזיסטער און אפעקטיווער פראגראם, אויסגעארבעט דורך דער ארגאניזאציע "היט דיינע אויגן".
הדרכה און באגלייטונג
'היט דיינע אויגן' שטייט גרייט פאר אייך מיט א דעזיגנירטע שטאב פון גרויסע מומחים וועלכע וועלן צוזאמען מיט אייך, מיט די ריכטיגע אוזן קושבת, פרובירן צו בעסער ארויסהאבן אייער מצב און רעקאמענדירן די בעסטע הילף וואס איז שייך לויט די מצב פון אייער נסיון.
הילפס פראגראמען
נאך יארן לאנגע עקספיריענס פון ארויסהעלפן היימישע אידן וועלכע מוטשען זיך מיט שווערערע נסיונות אין אלע סארטן מצבים, שטייט 'היט דיינע אויגן' גרייט אייך צו העלפן מיט אלע סארטן פון הילפס פראגראמען וואס וועלן אייך בעז"ה העלפן ארויסקריכן פון אייער יעצטיגע מצב.
אנליין פארום
דער פארום עפענט א נייע וועלט וואס וועט דיר בעז"ה זיין גאר בייהילפיג אין דיין מוטשעניש און געבן שטארקע חיזוק און האפענונג. דא וועסטו טרעפן הונדערטער אידן וואס פלאגן זיך מיט אן ענליכן פראבלעם ווי דו, און גלייכצייטיג האבן די בענעפיט פון בלייבן גענצליך אנאנים.
דורך "היט דיינע אויגן" וועט איר בעז"ה קענען באווייזן דאס וואס אסאך האבן שוין באוויזן: ארויסצוגיין צו דער פרייהייט און אויפהערן ליידן. די טעכניקן פון הד"א זענען ערפונדן געווארן דורך די בעסטע פראפעסיאנאלן אין דעם פעלד, און טויזנטער ליידנדע אין סיי וועלכע סארט מצבים זענען שוין געהאלפן געווארן מיט סוקסעס.
דר' אברהם טווערסקי
גרונדער פון דער בארימטער ארגאניזאציע GATEWAY REHAB
בהמלצת רבנים ומומחים
מכתב גדולי ישראל
'היט דיינע אויגן' האט גענומען אויף זיך אפשטעלן די שווערע כוואליע מיט וועגן וואס האבן זיך אויפגעוויזן העלפן עדיקשאן און דורך געבן שטענדיגע הילף און שטיצע. שוין זוכה געווען העלפן פאר הונדערטע אדער טויזנטע מענטשן ארויס קריכן און צירוק גיין צו געהעריגע לעבן... נאר שבחים קען מען געבן פאר די אלע זאכן וואס זיי טוהן, און אלעס איז על פי ערכי התורה...
הרב ד"ר אברהם טווערסקי
קיינער איז נישט געשיצט פון די פראבלעם, עלטערע און יונגערע, מענער און פרויען, אויך מלומדים און יראי שמים וואס זענען געפאלן צו די עדיקשאן... די שיטה פון 'היט דיינע אויגן' איז די איינציגסטע טויגליכע וואס העלפט פאר דעם. איך ווייס וויפיל זענען שוין געראטעוועט געווארן דורך זיי...
כ"ק האדמו"ר מפארשעי שליט"א
די עסקנים-לשם-שמים וואס איך קען זיי, זייער ציל איז לעשות נחת רוח לאבינו שבשמים, און האבן מייסד געווען די מוסד 'שמירת עינים G.Y.E.', וואס איז עקסטער פאר די וואס זענען שוין אריין געפאלן ברשת האינטערנעט, און מ'זעהט קלאר זייער גרויסע סייעתא דשמיא. איך האב אליין געזעהן אז זיי האבן מצליח געווען דארט ווי אנדערע האבן זיך שוין מייאש געווען...
הרה"ג רבי בנימין אייזנבערגער שליט"א
ווי מער די מעגליכקייטן פון 'אשר אתם זונים אחריהם' ווערט מער, אזוי דארף מען מחזק זיין דעם 'ולא תתורו... אחרי עיניכם', און וויבאלד אונזער דור איז 'לקה בכפליים' מיטן מכת האינטערנעט, דארף מען מקיים זיין 'בתחבולות תעשה לך מלחמה'... אשריכם ואשרי חלקכם אז ענק זענען זוכה שטיין צו הילף פאר אחב"י בכל אתר ואתר, און מיט דעם מקיים זיין 'מלחמה לה' בעמלק מדור דור'
כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א
איך האב געזעהן וואס 'שמור עיניך' טוהט, דער אייבישטער זאל זיי מחזק זיין קענען אויפטוהן מן הכח אל הפועל, דאס איז א גרויסע זאך פאר כלל ישראל
הרה"ג רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א
מ'האט אויפגעשטעלט א מוסד העלפן אחינו בני ישראל זאלן נישט גליטשן אינגאנצן ח"ו, און אויך העלפן זיי ארויס מיט טרעפן די ריכטיגע פילטער כדי ניצל ווערן פון די נסיונות.
הרה"ג רבי יוסף יצחק ראזענפעלד שליט"א
דא איז די פלאץ משבח זיין די עסקנים פון 'היט דיינע אויגן' וואס טוהן גוטע זאכן און גוטע פעולות כדי ראטעווען אחינו בני ישראל מרדת שחת...
ווילט איר אנהויבן לעבן א ריין לעבן?
שרייב זיך איין אומזיסט500 ריינע טעג!
פ-י-נ-ע-ף ה-ו-נ-ד-ע-ר-ט! דאס איז די נומער פון טעג וואס דער באשעפער האלט מיר שוין ריין איין טאג אויף אמאל. דאס זענען חסדים שלא כדרך הטבע. עס גלייבט זיך מיר אליין נישט אז דאס האט געקענט געשען. פאר מיר - דער זעלבער וואס האט געמיינט אז ער קען נישט זיין ריין מער ווי צוויי דריי טעג - האט דער באשעפער געוויזן וואונדער איבער וואונדער אז ער קען מיר יא האלטן ריין. הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו. אודה ד' מאד בפי ובתוך רבים אהללנו.
איך וויל דא באדאנקען אלע וואס זענען דא מיט מיר, ובתוכם די מייסדים פון הד"א און GYE. דער באשעפער זאל אייך בענטשן מיט אלעם גוט'ן, ותהי משכורתכם שלימה מעם ד'.
אויך וואונטש איך נאך און נאך ריינע טעג פאר אונז אלע חברים דא, אלע אינאיינעם.
@לומד
ט"ז סיון תשע"ח
איך בין געווארן א נייער מענטש!
פון ווי נעמט מען די הארץ, און פון ווי נעמט מען די טינט ארויסצוברענגען וואס הד"א האט פון מיר געמאכט, אלעס אין זכות פון די טייערע חברים הנמצאים פה, ברוך השם. מה נדבר ומה נספר, ווי הייב איך בכלל אן? איך וויל אייך דערציילן חשובע ליינער אז איך בין א איש אחר לגמרי, מיין דאווענען איז מיט אמתע מחשבה, מיין גיין אין גאס גייט זיך אינגאנצען אנדערש, שמוציגע קליפס ציען נאך טאקע, אבער איך בין מער נישט געצווינגען צו קוקן, מיין שלום בית פליסט על מי מנוחות, און כמעט וואס אסאך שווערע נסיונות האב איך שוין כמעט נישט. בקיצור, א גן עדן אויף דער וועלט במלא מובן המילה, עס איז א געשמאקע לעבן, און כאטש וואס איך בין נישט קיין כולל אינגערמאן, קען איך זיך אבער באמת פאריפן א בן תורה, א בן וואס פאלגט די תורה און זיין טאטע אין הימל.
ואילו פינו מלא שירה כים וואלט איך נישט געקענט גענוג ארויסברענגן מיינע דאנק געפילן צו די חשובע אנפירער פונעם הייליגן און קריטישן סייט, א סייט וועלכע מוז עקזעסטירן!!!, טייערע חברים, פראבירט מיר נאכצומאכן, איך זאג אייך צו איר וועט זיך אליין נישט דערקענען.
@כרעמזל
ה' תמוז תשע"ח
דריי יאהר ריין!
איך וואלט עס קיינמאל נישט געגלייבט!
ברוך שהחיינו וקיימנו...
דער אייבישטער האט געמאכט מיט מיר א וואונדערליכע נס, איך בין אלט געווארן דריי יאר אין מיין נייע ריינע לעבן, א שמוציגע לעבן הייסט נישט געלעבט. איך בין ליידער געלעגן אין שמיץ פון אלס קינד פון 5-6 יאר אלט, און איך האב נישט געגלייבט אז איך קען אמאל ווערן ריין, אבער דער אייבישטער האט באוויזן דעם גרויסען נס.
א ספעציעלע יישר כח פאר מיינע חברים וואס האבן מיר געהאלפן און פאר יעדער וואס שרייבט דא, ווי אויך פאר אלע וואס העלפן אז הד"א זאל עקזעסטירן.
זאל דער אייבישטער שענקן א ריינע טאג פאר מיר און פאר דו גאנצע חבריא, "כל יום ורק להיום".
@טהרת הלב
י"ב תמוז תשע"ח