90-טעג טשארט רעגולאציעס

מיר האבן געמאכט א ספעציעלע אפטיילונג אויף אונזער פארום דא, פאר אלע חברים וואס זענען אויפ'ן טשארט, וואו צו האלטן חשבון אויף די 90-טאגיגע רייזע.

וויאזוי קען איך וויסן צי די 90-טעג אונטערנעמונג איז פאר מיר?

אויב דער ענטפער אויף די פאלגנדע פראגעס איז "יא", דאן איז עס פאר אייך!

  1. זענט איר אויפריכטיג מיט זיך און מיט אייער מצב?
  2. ביסטו גרייט זיך צו פארמעסטן מיט די פריערדיגע (לעצטע) ריינקייט-רעקארד?
  3. און די וויכטיגסטע: זענט איר ערנסט און אויפריכטיג גרייט זיך צו טוישן? אויב נישט, וועט דער דאזיגער סיסטעם אייך נישט העלפן.

רעגולאציעס

  1. דרוק דא זיך איינצושרייבן.
  2. יעדער באניצער דארף זיך אליין אויפרישן זיין טשארט. יעדעס מאל וואס איר פרישט אויף דעם טשארט, וועט דער סיסטעם האלטן אליין חשבון וויפיל טעג איר זענט שוין ריין און אויף וועלכע דרגה איר האלט. (לויט די דרגות איינגעטיילט דורכ'ן 90-טאג פראגראם.)
  3. 90-day-chart-update
  4. יעדער מעמבער דארף אויפרישן זיין טשארט כאטש איינמאל א וואך.
  5. אויב איר פרישט עס נישט אויף לענגער פון א וואך, ווערט אייער נאמען רויט.
  6. אויב עס גייט דורך צוויי וואכן און עס ווערט נישט אויפגעפרישט, דאן פאלט ארויס אייער נאמען פונעם טשארט.
    (אפילו אויב איינער פאלט ארויס פונעם טשארט, בלייבט אבער נאך זיין נאמען אינעם סיסטעם, און אויב וויל ער נאכאמאל אנהויבן דעם טשארט, דארף מען נאכאמאל אריינסיינען און דרוקן "פאררעכט פראפייל" און אויסוועלן "לייג מיך אויפ'ן טשארט")
  7. אצינדער קענט איר אויפרישן דעם טשארט. אויב זענט איר נאך ריין, דאן וועלט אויס "נאך אלץ ריין" און נאכדעם דריקט "אפדעיט טשארט".
    אויב האט איר געהאט א פאל (זע שפעטער תקנה 8) דרוקט "איך האב געהאט א פאל" און וועל אויס דעם טאג פונעם פאל און אויך דער פרישער אנהויב-טאג. די טעג וואס איר האט זיך אנגעזאמלעט ביז יעצט, וועט ווערן ציגעלייגט צו דיינעם אנגעזאמעלטע טעג אויף דיין טשארט, (דאס הייסט אז דער סיסטעם וועט עקסטער האלטן חשבון אויפן סך הכל פון דיינע ריינע טעג אפילו אויב עס זענען געווען דורכפאלן אינדערמיט. דער טאג פונעם פאל ווערט פארשטייט זיך נישט גערעכנט).
  8. וואס ווערט אנגערופן אלס א פאל, אז מען זאל דארפן נאכאמאל אנהייבן ציילן?
    "עס איז דא פעלער וואס עס ווערט אנגערופן א "גליטש", און עס איז דא וואס ווערט אנגערופן א "פאל. אויב האט איר געהאט א "גליטש", דארפט איר נישט נאכאמאל אנהייבן צו ציילן; אויב האט איר געהאט א "פאל", דארפט איר יא אנהייבן נאכאמאל צו ציילן
    א פאל באדייט איינע פון די קומעדיגע זאכן:
    1. בכוונה מוז"ל זיין
    2. בכוונה קוקן שמוציגע וועב-זייטלעך
    3. בכוונה רופן שמוציגע טעלעפאן נומערן
    4. בכוונה אויפזוכן און ליינען אויפרייצנדע מאטעריאל
    5. ערגערע זאכן פון די אויבנדערמאנטע, וואס דארף נישט ארויסגעברענגט ווערן
    ,בשייכות צו פאל 2 (און 4), אויב איינער האט עפעס באמערקט בטעות, און עס פירט אים אביסעל אראפ פון די שינעס און ער קוקט ווייטער, אדער אפילו אויב איינער האט געזען א געוויסער לינק, און ער האלט זיך נישט איין און ער דריקט אויף עס, אויב כאפט ער זיך אבער צוריק און די ערשטע פאר סקונדעס, ווערט עס בלויז פאררעכנט אלס א "גליטש" און נישט אלס א "פאל". אויב אבער ער גייט ווייטער אָן מיטן קוקן שלעכטע וועב-זייטלעך ח"ו, פארשטייט זיך אז דאס ווערט אנגערופן א "פאל" און מען דארף אנהויבן נאכאמאל דעם טשארט, דורך לאזן וויסן פאר'ן סיסטעם בשעת'ן אויפרישן דעם טשארט, אז מ'האט געהאט א פאל.
אויך, אויב איינער וויל, קען ער אליין מאכן פאר זיך גדרים וואס ער וויל אנריפן אלס א "פאל", און ער קען זיך אליין אויסוועלן ווען ער וויל נאכאמאל אנהייבן דעם טשארט, עכ"פ ווילאנג מען איז נישט נכשל געווארן אין די אויבן-דערמאנטע פינף אויסגערעכנטע זאכן, מעג מען בלייבן אויפ'ן טשארט אויב מען וויל.

90-טעג טשארט דרגות

דרגה 1:
1 טאג ריין

דרך המסילה
אויסצייכענונג

דרגה 2:
3 טעג ריין

חזק חזק
אויסצייכענוג

דרגה 3:
7 טעג ריין

הכובש את יצרו
אויסצייכענוג

דרגה 4:
14 טעג ריין

עבד ה'
אויסצייכענונג

דרגה 5:
30 טעג ריין

גבור כח עושה דברו
אויסצייכענונג

דרגה 6:
50 טעג ריין

ירא שמים
אויסצייכענונג

דרגה 7:
70 טעג ריין

אוהב ה'
אויסצייכענונג

וואנט פון כבוד דרגות

דרגה 8:
90 טעג ריין

צדיק
אויסצייכענונג

דרגה 9:
180 טעג ריין

צדיק גמור
אויסצייכענונג

דרגה 10:
1 יאר ריין

בעל תשובה
אויסצייכענונג