עס איז דא א שטארקע מעשה פונעם דובנער מגיד זצ"ל, איך וועל עס אביסל מער מרחיב זיין און צו ווארפן אפאר צוקערלעך צום משל און צום געדאנק, איך האף ער וועט נישט ברוגז זיין אויף מיר.
עס איז געווען אמאל א בעקער וואס איז געשטאנען אפאר שעה און אפגעבאקן א קוישל מיט בייגלעך, דערנאך האט ער זיך געשטעלט מיט זיין קוישל אנגעפילט מיט בייגלעך אויף די מארק, און געווארט אז די קונים זאלן קומען קויפן. אינמיטן קומט צו א לץ, און ער פרעגט דעם משה'לע בעקער: זאג מיר, וואס בעטסטו פאר די גאנצע קוישל מיט זעמלעך?
דער משה'לע בעקער שארט זיך די הענט, אויף אזאנס האט ער זיך נישט געראכטן, פארקויפן אלע בייגלעך אויף איינמאל!! זאגט ער אים, פאר 2 רובל גיבט ער אים די גאנצע קוישל. רופט זיך אן דער לץ צו אים, ווייסטו וואס, מאך מיר א געשעפט, דו עסט אויף די גאנצע קוישל מיט בייגלעך, און איך געב דיר נאכדעם 2 רובל...
דער משה'לע טראכט נישט קיין צוויי, ער גייט דא זאט ווערן און נאך באקומען באצאלט דערפאר, ווי דא בעסער'ס פון דעם? אומר ועושה, ער הייבט אן אריינהאקן בייגל נאך בייגל, ער טראסקעט אריין וויפיל ס'גייט, און דער לץ הרגע'ט זיך פאר געלעכטער אזש ער ווערט שיעור דערשטיקט, און דער בעקער קוקט נישט אויף גארנישט, ער ווייסט אז ווי נאר ער ענדיגט באקומט ער 2 רובל. ער שטופט אריין די לעצטע איבערגעבליבענע בייגלעך, ממש בשארית כוחותיו, מיט די געוואלד רוקט ער זיי אריין, ער האלט שוין ביים לעצטן בייגל, און דער לץ הייבט פוס אין טראגט אפ פון דארט, נישטא קיין רובל נישטא קיין בייגלעך און דער לץ האט געהאט א גוטן טאג אויפן חשבון פונעם בעקער.
אבער דער לץ איז נאכנישט צופרידן, ער שטעלט זיך אפאר גאסן אהינצור, ער נעמט צונויף אפאר מענטשן און ער ווייזט זיי צו זיין שפיצל וואס ער האט נארוואס פארענדיגט מיטן בעקער, און ווי גוט דאס איז געלונגען. אלעס שטייט און לאכט פונעם בעקער, און דער בעקער שטייט אזוי רויט אינמיטן גאס פארשעמט, דערנידערט, און צוטראגן, זעמלעך האט ער מער נישט, קיין רובל האט ער נישט געקריגן, חוזק איז ער, און יעדער לאכט פון אים. נו ער מאכט זיך א חשבון, דא וויינען יעצט ברבים האט דאך נישט קיין פשט, ער וועט דאך נאר ווערן מער צושפאט, ער הייבט פיס אין אנטלויפט און ער וויינט ביי זיך אינערליך אין הארץ ביז ער כאפט א הארץ אטאקע, און פון אונזער באליבטן בעקער בלייבט א גרויסן שטיין אויפן אלטן בית החיים.
דער דובנער מגיד לייגט דאס אראפ אויפן יצר הרע, אבער מיר וועלן דאס אביסל מרחיב זיין און ברייטער אויסשמועסן לויט אונזער מצב, והוא רחום יכפר.
אונז האב מיר אלע אין זיך גאר טייערע כלים, די אויגן, די מחשבה, די הענט דער גוף, דער אות ברית קודש, און מיר גייען דאס קענען גאר גוט פארקויפן נאך אונזער 120, ווען מיר וועלן זיין ביים בית דין של מעלה, מיר וועלן צוצייגן וויפיל ראיות אסורות מיר האבן פארמיטן, וויפיל מאל מיר האבן זיך איינגעהאלטן פון קוקן ווי מ'טאר נישט, וויפיל מאל מיר האבן זיך איינגעהאלטן פון מוציא זיין ז''ל. דאס אלעס גייען מיר קענען גאר גוט איינקעשן אויבן אין הימל, אונז גיי מיר האבן גאר גוטע סחורה צו פארקויפן דארט אויבן. די פריערדיגע דורות האבן נישט געהאט אזעלעכע קנאקעדיגע סחורה וואס מיר האבן היינט, ביי זיי איז נאכנישט געווען קיין אינטערנעט, די גאס איז נאכנישט געווען אזוי געמיין ווי היינט, נו קען דען אונזער אלטער נער שטיין פון דערווייטענס און דאס צולאזן?
שטייט דער לץ, און באט אונז אן א געשעפט, מיר זאלן אים פארקויפן אונזערע אויגן מיט אונזער מחשבה, מיט אלע אונזערע כלים, אין ער וועט באצאלן די גוטע הנאה וואס מיר וועלן האבן פון די מעשי עבירה, און ער לייגט נאך אראפ ווי גוט דאס איז ווי דער וועלט זאגט שוחט אמאי מחייב, משום צובע, נא, אויב לאזן מיר זיך איינרעדן פון דעם לץ און מיר פאלן נעבעך אדורך, שטייט דער לץ אינדערזייט אין הרגעט זיך פאר געלעכטער פון אונז, און אונז עס מיר אויף איין בייגל נאך דער אנדערע ביז דער לץ זעהט מיר האבן שוין אויפגעגעסן אלע אונזערע אברים, מיר האבן שוין גארנישט צו פארקויפן נאך די 120, מאכט ער פליטה.
און ער איז נאכנישט צופרידן, ער רוקט אונטער אפאר מענטשן זיי זאלן מיטהאלטן מיט אונזער דורכפאל, און פארשטייט זיך ער הארגעט זיך פאר גלעכטער אינדערזייט, און מיר ווערן ביטער פארשעמט און אנידערגעשלאגן, און עס קען זיך דערנאך ענדיגן פאטאל.
מיר דארפן וויסן אז אויב האלטן מיר נאכנישט ביים מצב פון אויפגעגעסן אלע בייגלעך, דעמאלטס דארפן מיר זיך באצייטנס כאפן, און זיך אפטראגן פון דעם לץ און ראטעווען וויפיל מיר קענען, און אויב זענען מיר שוין מיט א ליידיגן קויש, לאז דיך נישט פון דעם לץ, ער וויל דיך יעצט זעהן אין דער ערד, אזוי וועסטו נישט קענען תשובה טוהן אין די וועסט בלייבן מיט א ליידיגן קויש, ער וועט אוודאי אונטערשיקן דיין ווייב אדער א צווייטען וואס זאל אויסגעפונען וואס דו האסט געטוהן, אזוי וועסטו בלייבן אנידערגעשלאגן, און עס וועט בלייבן פון דיר היסטאריע,
לאז דיך נישט פון אים, וויאזוי פלעגט מיר א איד זאגן, ווען איך וואק אריבער מיינע שונאים מאך איך זיכער צו שמייכלן, זיי זאלן נישט הנאה האבן פון מיין דורכפאל, פלאצן זאלסטו נישט איך.
מען שמייכלט, און מען גייט צוריק צום קיך, מען פארקנעט א פרישן טייג, און מען מאכט פרישע בייגלעך, און דאסמאל וועלן מיר זיך שוין נישט לאזן פון דעם ציגאנער. מיר האבן גוטע בייגלעך און מיר דארפן דאס גוט היטן אויף נאך די 120 ווי מיר וועלן דאס קענען פארקויפן פאר גוט געלט, בכל יום יהיו בעניך כחדשים, יעדן טאג האב מיר א נייע שיפמענט מיט בייגלעך, און מיר וועלן דאס גוט פארקויפן אי''ה!
|