 |
א גוטן ערב שבת
|
מיר פרייען זיך ארויס שיקן די וועכנטליכע חיזוק-אימעיל לתועלת הרבים.
|
מיר שטייען ערב ימי השובבי"ם... שובבי"ם איז בכלל נישט אזא שרעקליכע ווארט... פארקערט, דאס איז א טייערע מתנה עקסטער פאר די וואס מושטענען זיך מיט קדושה ענינים. עס איז א צייט וואס די הארץ ווערט נתעורר זיך ארויס רייסן און טרעפן א וועג שטייגן העכער און זוכה צו א לעבן פון ריינקייט.
די אייבישטער זאגט אונז: 'שובו בנים שובבים', קומטס צו מיר, ענק זענען אייביג מיינע בנים. בין כך ובין כך קרויים בנים. ענק זענען מיינע באליבטע קינדער, יהיה מה שיהיה. אויך ווען ענק האט זיך געדאכט אז ענק זענען ווייט פון מיר, בין איך געווען נאנט צו ענק. קומטס צו טייערע קינדער מיינע.
הייליגע חברים, לאמיר אויסניצן די מתנה און אריין שפרינגען אין ריקאווארי, זוכה זיין צו פרייליכע ניכטערע לעבן.
א פרייליכע שבת 'חזק' - א שבת וואס גיט אונז שטארקייט, שבת 'ויחי' - א שבת וואס לעבט אונז אויף.
|
| |
|
 |
מיט העלפן פאר אנדערע העפלט מען זיך
|
וְאַתֶּם, חֲשַׁבְתֶּם עָלַי רָעָה; אֱלֹקים, חֲשָׁבָהּ לְטֹבָה, לְמַעַן עֲשֹׂה כַּיּוֹם הַזֶּה, לְהַחֲיֹת עַם-רָב.
יוסף הצדיק זאגט פאר כלל ישראל, ׳ואתם חשבתם עלי לרעה׳, איר טראכט אז די נסיונות און דורכפעלער איז צי ברענגען דעים מענטש צי רעה - א שלעכטע מצב. אבער ׳אלקים חשבה לטובה׳ השי״ת שיקט אונז און מצרים די פלאץ פון די גרעסטע טומאה, ווייל השי״ת וויל אונז ברענגען צי טובה - א בעסערע פלאץ, א לעבן פון התגברות און די אמתע גוטס.
די וועג מצליח צי זיין איז ׳למען עשה כהיום הזה׳ - צי טוהן דאס וואס פעלט זיך אויס פאר היינט.
אזוי אויך צי העלפען אנדערע ׳להחיות עם רב׳ העלפן אנדערע איז א סגולה פאר אייגענע הילף.
די וואך זאגט מען ׳חזק חזק ונתחזק׳, חזק חזק - מחזק זיין אנדערע ברענגט צי ונתחזק - צי אליין ווערן מחוזק
|
(קרעדיט: holychaim) |
| |
|
 |
די אלטע הוט שטאטס די נייע...
|
געזעהן אמאל א געדאנק, איך מיין פון הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, אז א יונגערמאן וואס האט נישט געשפירט א טעם אין לעבן, און ער איז אייביג געווען 'צעקלאפט' און צעבראכן, דער געפיל אז ער איז 'איבעריג' אויף דער וועלט האט איהם שטענדיג באגלייט, סיי ווען ער איז געווען אינדערהיים סיי ווען ער איז געגאנגען אויפ'ן וועג, ווען ער האט זיך געלייגט און ווען ער איז אויפגעשטאנען...
ווען ער איז געווען אין 'כולל', האט קיין איינער פון די יונגעלייט אין כולל נישט גערעדט מיט איהם, און ווען מ'האט געשמועסט אין לערנען וועגן די סוגיות וואס מ'לערנט אין כולל, האט ער זיך נישט אנגערופן. אויך אויב מ'האט גערעדט וועגן וועלטליכע זאכן, האט קיינער איהם נישט געפרעגט א מיינונג איבער דעם וואס מ'שמועסט. אויך ווען ער איז געגאנגען אויפ'ן גאס האט איהם קיינער נישט אנגעקוקט. קיין איין דורכגייער האט איהם נישט געפרעגט ווי אזוי מ'קומט אן צו יענע גאס, אדער וואו עס געפינט זיך יענער ספרים געשעפט...
ווען ער איז שוין אנגעקומען אהיים, האט קיין איינער פון זיינע שכנים נישט געקוקט אין זיין ריכטונג. אויך ביי איהם אין הויז, האט ער זיך געשפירט ווי 'אפגעשטופט', ווייל קיינער אינדערהיים האט איהם נישט געפרעגט ווי אזוי עס איז אריבער דער טאג אויף איהם, נעבעך.
אין א העלן טאג, האט ער געזעהן א מעלדונגַ ('אדווערטייזמענט') אויפ'ן גאס, אז א געוויסער הוט-געשעפט פארקויפט הוטן אין א גרויסן 'סעיל'. האט דער יונגערמאן באשלאסן, יא, עס קומט מיר יעצט שוין א נייער קאפעלוש... דער אלטער הוט האט שוין געזעהן עטליכע דורות צדיקים... ער מעג שוין מאכן פלאץ פאר זיין 'יורש'... 'אומר ועושה'.
דער יונגערמאן איז אריין אין הוט-געשעפט, און געבעטן פון דעם 'סעילסמאן' ער זאל איהם דערלאנגען א שיינעם הוט. נאכ'ן אויספרובירן עטליכע הוטן האט ער באשלאסן צו קויפן א געוויסן הוט, און באצאלט דערפאר א שיינעם סכום, און גענומען דעם הוט. דאן האט ער זיך מיישב געווען, פארוואס זאל איך טראגן דעם נייעם הוט אין דער פושקע? איך וועל איבערלאזן אין געשעפט דעם אלטן הוט, און אנטוהן דעם נייעם הוט. אזוי האט ער טאקע געטוהן.
און וואונדער איבער וואונדער: באלד האט אן אדורכגייער איהם געפרעגט וואו עס וואוינט א געוויסער רב. אויך האבן עטליכע קינדער איהם געבעטן מיט טרערן אין די אויגן, ער זאל זיי אריבערפירן די גאס, און ווען ער איז אנגעקומען אהיים, האט דער שכן איהם אויפגענומען פריינטליך. אויך ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, האט מען איהם געפרעגט ווי אזוי ער פילט זיך, און ווי אזוי דער טאג איז אריבער... ער פון זיין זייט, האט ער געוויזן מיט'ן פינגער אויף ארויף... ווען מ'האט איהם ווייטער געפרעגט ווי אזוי ער שפירט, האט ער ווייטער אנגעוויזן אויף ארויף... האבן זיינע בני בית זיך דערשראקן, ווער ווייסט צי ס'האט נישט עפעס פאסירט מיט איהם... פארוואס ווייזט ער עפעס כסדר מיט'ן פינגער ארויף...
ווען מ'האט איהם געפרעגט, האט ער, כמעט פארשעמטערהייט, דערציילט וועגן דעם נייעם קאפעליש וואס באצירט זיין קאפ... צי דען זעהען זיי נישט מיט זייערע אויגן דעם נייעם מכוב'דיגן הוט וואס ער טראגט אויפ'ן קאפ? זיי האבן אבער נישט באמערקט א שינוי אויף זיין קאפ, ביז עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט בטעות פארגעסן זיין נייעם הוט אין געשעפט, און אויפ'ן קאפ, האט ער געלאזט דעם אלטן הוט, אזוי ווי פריער…
די נמשל איז מובן מאליו, אלעס ווענד זיך אין מיר, ווען איך שטיי אויף צופרי קען איך אראפשטעלן מיין טאג דורך אליין אריינגיין אין א גוטע מצב, אין אפמאכן אז די טאג וועט זיין גוט.
אין די זעלבע פארקערט פארשטיי זיך.
לאמער גוט געדענקן זיך אנצוקוקן גוט וועט אלעס ארום דיר זיין גוט! נישט מחליט זיין אויף אונז אליין אז מיר זענען צוקלאפטע שלימזלים... אלעס ווענד זיך אין אונזער בליק...
|
(קרעדיט: שיע) |
| |
|
 |
ווען כ'בין ציבראכן זענען מיינע תפילות מער מקובל
|
אין 'דברי יחזקאל' פרשת ויחי איז ער מסביר די דין ודברים צווישן יעקב מיט יוסף, צו מקדים זיין מנשה אדער אפרים, אז מנשה ווייזט אויף 'סור מרע' און אפרים אויף 'עשה טוב'. יוסף האט געוואלט ווייזן אז מ'דארף מקדים זיין סור מרע, אבער יעקב האט געזאגט אז פאר "אחיו הקטן", דער וואס זינדיגט, איז שווער אנהייבן מיט סור מרע, דארף ער אנהייבן מיט עשה טוב. עיי"ש.
די וועלט ווייסט פון די תורה, ס'איז זייער באקאנט, אבער די אויספיר דארט פון שינאווער רב איז משום מה ווייניגער באקאנט.
ער פירט אויס: "ועוד, כי מי שלא תקן עוד, כשעומד את עצמו להתפלל, לבו נשבר בקרבו, ולב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה".
דאס איז א שטארקע חיזוק, אז איינער וואס האט נאך נישט פאראכטן אלעס, ער האלט נאך פאר די 'סור מרע', האט ער א לב נשבר, ממילא האט ער א גרעסערע זכות, לב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה. וועט זיין תפילה מער ווערן מקובל.
פאר מיר איז עס א שטארקע חיזוק, וויסן אז דווקא ווען איך ווער ציבראכן צוליב מיינע נפילות, האב איך מער א טשאנס מיין תפילה ובקשה זאל מקובל ווערן.
|
(קרעדיט: נישט שפעט) |
| |
|
 |
ריינע לעבן, פיינע לעבן
|
ס'ווערט שוין ב"ה כמעט צוויי גאנצע יאר פון ווען איך האב די ערשטע מאל באטראכטן די הד"א באדן מיט מיין הד"א אינדענטיטעיט, און ב"ה איך האב שטארק געשטיגן פון דעמאלטס ברוחניות ובגשמיות.
אין די זעלבע צייט ווערט כמעט צוויי הונדערט טעג טהרה ברצופות.
אין די זעלבע צייט בין איך געווארן א יאר נענטער צו מאה ועשרים צום אפגעבן א דין וחשבון.
און אין די זעלבע צייט זעה איך א גאר שטארקע הצלחה סיי אין ביזנעס, און סיי אין פריוואטע לעבן, בעניני שלום בית, און א שטארקע קלימאקס בעניני קנין בית.
ס'איז נישט מעגליך נישט צו זעהן קלאר מיט אפענע אויגן אז דער אייבערשטער איז מיט מיר, אין די זעלבע צייט ווען איך בין (איך פרוביר צו זיין) מיט אים...
אין די זעלבע צייט זעהט זיך אן אויפן האריזאנט נאך גרויסארטיגע פלענער, איך קען זעהן מיט מיינע אויגן ווי השי"ת פלאנט גרויסע זאכן אויף מיר, און מסתמא ווארט ער צו זעהן מיינע פלענער וויאזוי נאנטער צו ווערן צו אים און אים דינען פיל בעסער...
איך ווייס נישט וויאזוי דעם אייבערשטנ'ס פלענער וועלן זיך אויסארבעטן (איך ווייס אז ס'וועט זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב, איך ווייס פשוט נאך נישט וויאזוי...), אבער דער אייבערשטער ווייזט מיך קלאר לעכטיגע בליצן, ווי ער זאגט מיר "דארפסט דיך נישט זארגן אויף גארנישט, איך וועל אלעס קער נעמען פאר דיר, קוק אן וויאזוי אין איין מינוט קען איך דיך טראגן בארג ארויף זייער הויעך, ביסט אין גוטע הענט, איך וועל דיר טראגן נאך העכער, דו טוה נאר וואס איך בעט דיר....
|
(קרעדיט: צוויי דיימאנטן) |
| |
|
|
|