ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: איך דארף הילף 2541 באזוכער

איך דארף הילף ב' סיון התשע"ה 11:20 #240093

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1
שלום עליכם איינער קען מיך העלפן ביטע?

Re: ענטפער: טעמע: באגריסען די נייע חברים! ב' סיון התשע"ה 11:27 #240094

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 461 מאל
  • קאָרמא: 13
שלום אהליך געשריבן:
שלום עליכם איינער קען מיך העלפן ביטע?


ניין...

כ'מיין, נישט "איינער" נאר אלע...

מיר נעמען דיר אויף מיט א ברייטע שמייכל און א גרויסן ברוך הבא!!
קום אריין, טוה אויס די גרויסע מאנטל וואס נעמט דיר ארום פון אלע זייטן.
ליין אביסל, און ווער היימיש!

מיר האבן געווארט נאר אויף דיר
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

Re: ענטפער: טעמע: באגריסען די נייע חברים! ב' סיון התשע"ה 11:35 #240096

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 461 מאל
  • קאָרמא: 13
צום אנהייב
עפן א טרעיד אין אפטייל "רייסט אייך אפ"
שרייב וויפל דו קענסט, וואס עס טוט דיר וויי, וואס דיינע נסיונות זענען וכו'.

דער עולם וועט זיך צושטעלן צו דיר, די שענסטע און די בעסטע, אזויווי ער פאסט פאר א צדיק'ל ווי דיר
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

Re: ענטפער: טעמע: באגריסען די נייע חברים! ב' סיון התשע"ה 12:05 #240097

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1
די מעשה איז אזוי, איך בין זייער א חסיד'ישע אינגערמאן (באמת און ס'נישט שייך גאוה כמובן ווייל קיינער ווייסט סייווי נישט ווער איך בין בס"ד) און איך צי צו העכערס מיט אן אמת און ווען איך זיץ נישט ביים קאמפיוטער איז אלעס פיין און וואויל עפ"ר אהן קיין נסיונות נאר ווי נארמאל(?) אבער איינמאל איך בין ביי די אינטערנעט איז ה"י, און מיינט נישט אז איך האב נישט א פילטער פארקערט איך האב VCF אבער הרוצה לטמא פותחין לו און אלץ טרעף איך א אונטער טיר און פון דארט און ווייטער איז שוין כולו תאוה בלי סוף ביז.... ה"י.
איך האב מיך אסאך מאל פיינט כמובן און איך נעם זיך אונטער קבלות אמאל האלט עס אהן פאר אפאר חדשים בס"ד און אמאל ניטאמאל א טאג ס'ווענד זיך ווען איך האב נעקסט צוטריט צום ימ"ש כלי וד"ל.... איך האב שוין אפי' געמאכט נדרים!! אז איך טוה מער נישט אזאנס אבער ווען די ימ"שניק מיט מיך זענען זיך צוזאם געקומען האט זיך אלעס גענדיגט, זייט איך האב זוכה געווען זיך דא צו דרייען איז אסאך בעסער אבער מיט גליטשן פון צייט צו צייט עכ"פ דארף איך הילף!!
לעצט פארראכטן: ב' סיון התשע"ה 12:07 דורך שלום אהליך.

Re: ענטפער: טעמע: באגריסען די נייע חברים! ב' סיון התשע"ה 16:49 #240116

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
קודם כל ב ווארימען שלום עליכם צו אייך טייערער חבר שלום אהליך
פון דיין נאמען זעה איך אז דו ביסט א יודע ספר וד"ל
יעצט לאמיר הערן ווי אזוי דו האסט באוויזן צו זיין אפאר חדשים ריין!
עס זענען דא אסאך גוטע עצות אויף זיך צו האלטן ריין
מיר דארפן הערן אביסעלע מער פון דיין לעצטיגע נסיונות, און פון דיין כלליותדיגע עבר
עלה והצלח
דו ביסט געקומען צום גוטן פלאץ
מיר וועלן פראבירן מיט וואס נאר שייך דיך צו העלפן
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

Re: ענטפער: טעמע: באגריסען די נייע חברים! ג' סיון התשע"ה 05:43 #240128

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
שלום עליכם טייערע חבר,
איך מעג דיך פרעגן א פערזענליכע פראגע?
פארוואס בכלל האסטו צוטריט צו א קאמפיוטער?
איז דאס פאר פרנסה?
יעצט וואו לאנג גייען שוין אן דיינע נסיונות?
וויאזוי איז געווען אין די יונגערע יארן, אלס יונגל, אלס בחור?

Re: ענטפער: טעמע: באגריסען די נייע חברים! ג' סיון התשע"ה 11:43 #240132

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1
שמייכל געשריבן:
קודם כל ב ווארימען שלום עליכם צו אייך טייערער חבר שלום אהליך
פון דיין נאמען זעה איך אז דו ביסט א יודע ספר וד"ל
יעצט לאמיר הערן ווי אזוי דו האסט באוויזן צו זיין אפאר חדשים ריין!
עס זענען דא אסאך גוטע עצות אויף זיך צו האלטן ריין
מיר דארפן הערן אביסעלע מער פון דיין לעצטיגע נסיונות, און פון דיין כלליותדיגע עבר
עלה והצלח
דו ביסט געקומען צום גוטן פלאץ
מיר וועלן פראבירן מיט וואס נאר שייך דיך צו העלפן

איז אזוי אפאר חדשים ריין איז געווען ווען מיין טאטע שליט"א האט באשלאסן צאמצורופען אלע קינדער מ'זאל זיך אונטערנעמען מיט א חתימה אז מ'גייט נישט נוצען אינטערנעט ימ"ש אהן א פילטער און אויב ס'איז במקום צורך גדול דארף עס זיין מיט רשות פון איינער פון די עלטערן עמו"ש און מיט א שומר, און זייט דעמאלס בין איך מער נישט אריין און א לאקאלע אינטערנעט שאפ וואס מ'האט זיך דארט גוט געקענט פארשטעלן אז מ'זאל מיך נישט קענען באמערקן פון גאס וואס דער שאפ פלעג איך נוצען גאר אפט בעת'ן איבערגעבן אין שטוב אז איך גיי אין כולל (שקר וואס איז איינער פון די גרויסע עבירות וואס מ'קען זיין געשלאגן דערין מחמת די אדיקשען והקהל יוכחו) הכלל, דעמאלס האב איך זיך בס"ד איינגעהאלטן פאר א לענגערע תקופה און איך האב אפי' איינמאל געדארפט נוצען די ימ"ש'ניק און ס'נישט געווען בנמצא איינס מיט א פילטער האב איך גערופן מיין טאטע פרעגן רשות און ער האט מיר געלאזט מיט א שומר און מיין עקרת הבית איז טאקע געשטאנען ע"ג, למעשה נאך א שטיקל צייט איז איז ער פלוצלינג אנגעקומען, דער מלך זקן וכסיל, און הערט נאר הערט און ווערט נתפעל און שטוינט ווי אזוי ער ארבעט ומאויבי תחכמינו, ער זאגט מיר די האסט זיך שוין מתגבר געווען אזוי פיל מאל דאס מיינט אז דער נסיון איז שוין פאריבער יעצט דארפסטו האבן א שטערקערע נסיון וואס דאס איז זיצען נעבן אפענע אינטערנעט ימ"ש און זיך שטארקן אויפן נסיון איי וואס וועט זיין מיטן אונטערנעמונג?, א קשיא אויף א מעשה, אבער די באשעפער האט מיר געגעבן כוחות ואין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו און איך האב זיך געשטארקט אבער דער מלך האט שוין געארבעט פעסט מיט דער תורה און איך האב געבעטן דעם כל יכול ביטע פארמאך דעם שאפ וועל איך אפי' נישט האבן קיין צוטריט צום נסיון אבער למעשה האט מען בקשה באשלאסן נישט אויצופירן יעצט נאר עס אוועקלייגן למועד (ענין זה מבואר בספה"ק) און איך בין ל"ע ול"ע דורכגעפאלן ר"ל און פון דארטן האב איך שוין נישט געדארפט קיין שטופ פונם שאור שבעסה (בדברי יואל יש ענין זה מבואר בכמה מקומות והוא ענין עבירה גוררת עבירה) בס"ד האט זיך דער שאפ פארמאכט נאך אפאר וואכען אבער דא קומט אריין די יעצטיגע (נישט ממש בעסער געזאגט "ביז" יעצטיגע) מצב איך האב און יענע תקופה אנגעהויבן ארבעטן און איך האב גראדע א VCF פילטער אבער איך האב אנגעטראפן איין יו-טיוב ווידעא וואס גייט אדורך און שוב נפלתי בתהומא רבא און ווען מיין בעה"ב גייט אוועק, וואס מאכט זיך גראדע גאנץ אפט (און גראדע יעצט אויך ווייל אויב נישט ווי קען איך שרייבן דא;) , אבער בס"ד ובזכותכם בין איך דאס מאל נישט דורך געפאלען כן יעזור ה' להלאה) בין איך ראשי ורובו און די שמוץ (געווען ב"ה) און דארף איך בוסטעס אויף ווייטער ווייל בדרך הטבע והנסיון מוכיח קען איך נישט אליין

Re: ענטפער: טעמע: באגריסען די נייע חברים! ג' סיון התשע"ה 11:50 #240134

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1
א פרייליכער איד געשריבן:
יעצט וואו לאנג גייען שוין אן דיינע נסיונות?
וויאזוי איז געווען אין די יונגערע יארן, אלס יונגל, אלס בחור?

בעליוו איט אר נאט מיין מעשה גייט נישט אז ס'האט זיך אנגעהויבן ווען א אינגל/בחור/טאטע האט מיר געטאטשט נאר איך האב אייביג געהאט א תאווה (קען זיין איינער האט מיך געטאטשט ווען איך געווען גאר גאר קליין אבער איך געדענק נישט קיין שום מעשה) און איך האב אלץ אויסגעטראפן פרישע וועגן זיך צו שפילן מיטן אות ברית קודש ביז אלץ בחור שוין אין ישיב"ג האב איך אויסגעטראפן די "געשמאק"(????????????????) ה"י פון זיך רייבן און אזוי איז עס געגאגען ווייטער אבער בס"ד וברוב רחמיו וחסדיו האב איך קיינמאל נישט אנגערירט קיין צווייטען כאטש די גלוסטעניש איז געווען גרויס וד"ל

Re: ענטפער: טעמע: באגריסען די נייע חברים! ד' סיון התשע"ה 04:33 #240158

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 1
אה יישר כח שלום אהליך פארן מיטטיילן אביסל פון דיין פארגאנגענהייט,
קודם דאס וואס דו שרייבסט אז דו ביסט נישט געווארן געטשעפעט דורך איינעם, נו, ווער זאגט אז רוב פון דא האט זיך עס אנגעהויבן אויף דעם וועג, עס איז דא אן א שיעור מענטשן וואס האבן פון זיך אליין געהאט די תאווה אין זיך.
עכ"פ ווי עס זעט אויס פון דיינע ווערטער ווייסטו שוין זייער גוט אז דו מיט דיינע כוחות קענסטו דיך נישט קיין עצה געבן, וואס דאס איז א געוואלדיגע טריט צו ריקאווערי, ס'איז ליידער דא אסאך וואס עס דויערט זייער לאנג ביז זיי טוען דאס אנערקענען, ממילא קודם האב איך פאר דיר גוטע נייעס, אז דו ביסט אויפן גוטן וועג. אז דו ווייסט אז דו אליין קענסט נישט בדרך הטבע.
נו אויב אזוי ווייסטו דאך אז ס'איז דא איינער וואס ער קען יא, ביי אים איז נישטא קיין חילוק שווער צו גרינג, נו? וויאזוי קומט מען אן צו דעם? ברויך מען זיך אביסל אריינטון אין די 12 סטעפס

Re: ענטפער: טעמע: באגריסען די נייע חברים! ח' סיון התשע"ה 13:49 #240183

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 461 מאל
  • קאָרמא: 13
ברוך הבא בשם השם!

מיר זענען מקבל פנים אונזער נייער חבר

מו"ה אש קודש הי"ו

יהא בואך לברכה
[/quote][/quote]
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: Re: ענטפער: טעמע: באגריסען די נייע חברים! ו' אב התשע"ה 03:25 #241499

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 461 מאל
  • קאָרמא: 13
גוט מארגן ר' שלום באהליך.
וואס מאכסטו? איז טאקע שלום באהליך אין אלע ענינים?

מיר ווארטן הערן פון דיר גוטע נייעס? וויאזוי גייט מיט דיינע שיינע געוואלדיגע קבלות?
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: איך דארף הילף ח' אדר התש"פ 14:13 #265518

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

א גוט יאר טייערע ליבע חבירים
שוין לאנג נישט באזוכט דא און אסאך לענגער נישט געשריבן דא, דער מצב איז נישט עפעס אויסערגעווענליך... איך פארמאג גאר א שטארקע פילטער אויף מיין קאמפיוטער מיט די בילדער פארשווארצט אבער הבא לטמא פותחין לו, ס'ריייסט ביים הארץ ווי קען אזא אינגערמאן ווי מיר - און לאמיך פרובירן מיך פארצושטעלן ווי א דריטע פערזאן - א ערענסטע חסיד'ישע גאנץ חאניאקישע אינגערמאן וואס איז מקפיד אויף כמה וכמה ענינים קטנטנים פון אידישקייט ווי עס וואלט געווען תורה מסיני (עס איז, באט יאו געט THע פוינט) נישט צו רעדן איבער יסודות און מצות מעשיות, אבער ווען עס קומט צו דעם שרעקליכן הארבע עבירה וואס שטייט די הארבסטע אויף דעם קען איך זיך נישט איז עס זייער שווער זיך צי איינהאלטן, הלמאי?
אבער לא להתייאש ח"ו האב איך פארמעקט מיין 90 טעג אויפן וואנט און איך הייב אן היינט, "יעצט" פונדאסניי! ואני תפלה לקל חי, ביטע ביטע ביטע הייליגע טאטע אין הימל מיר גלייבן אז מלא כל הארץ כבודך אפי' ווען איך שטעל מיינע אויגן קוקען דאס ערגסטע און מיינע הענט טוען דאס הארבסטע און בו בזמן שטייסטו אויף די זייט און דו ווארטסט כביכול מיט געדולד און גלייכצייטיג מיט ווייטאג אז איך זאל זיך צוריק כאפן, ע"כ בעט איך דיר באשעפער און איך שריי מיט א שטילע אבער שטארקע געשריי צו דיר מיין גאט "העלף מיר טאטע, דו און נאר דו ווייסט אז באמת רצוני לעשות רצונך און ח"ו נישט דאס אומווערדיגע, דו און נאר דו ווייסט וויפיל און ווי שטארק דאס אלעס שטערט מיר אין יעדע פרט פון מיין לעבן, ברוחניות ובגשמיות, אין מיין פריוואטע לעבן וביני לבין אשתי אפי' אין קוה"ק, וביני לבניי שיחיו, אע"כ בעט איך דיר שטארקע גאט, את האלוקים אתהלך, עמוד לימיני וסמכני, און איך זאג צו אז איך וועל זיך משתדל זיין נעקסטע מאל ס'קומט אונטער א נסיון עס אפצושטיפען לכה"פ מיט 10 מינוט, און בס"ד וועט עס דערנאך שוין זיין אפגעקילט".

ענטפער: איך דארף הילף ח' אדר התש"פ 19:10 #265524

בס"ד
און תפילת ישרה סידור אויך שמע ישראל -- ה' אחד ברענג ארויס גדולה תשובה שבשביל יחיד שעשה תשובה מוחלין לכל העולם כולו  האב אונץ אלע אונזינען הצלחה און ס"ד הבאה לטהר מסיען אותו 

ענטפער: איך דארף הילף ח' אדר התש"פ 21:19 #265525

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 120 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 197
  • האט שוין געלייקט: 419 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 316 מאל
  • קאָרמא: 6

האב איך נישט געוויסט אז איינער האט שוין  געטראכט פון מיין ניק.

ענטפער: איך דארף הילף ט' אדר התש"פ 09:40 #265537

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

איך באזוך דא, נישט ווייל איך פארמאג איבעריג צייט, נאר כדי אנצוהאלטן מיין ריינקייט נאך אביסל.

שבת זכור ט' אדר התש"פ 09:48 #265538

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1
אשר קרך באדייט 1} קר - קאלט, 2} מקרה - צופאל, 3} קרי - טומאה. די אלע זאכען סימבאליזרט עמלק וואס משה רבינו און די אידען האבען נאר באוויזען אפצושוואכען אביסל און אויף דעם ארויף האבען מיר באקומען דעם ציווי ה' "מחה תמחה את זכר עמלק מתחת השמים לא תשכח". בעצם איז דאס אביסל שווער, אויסמעקן און פארגעסן אדער געדענקן צו אויסמעקן? אבער למעשה איז דער הסבר פשוט מאד כמובן אז כדי אויסצומעקן ברויך מען געדענקן.
עס גייט אבער טיפער, אז איינער האט אמאל א שונא און ער איז יענעם מנצח, איינמאל ער האט אינגאנצן מנצח געווען קען ער איהם ארויסנעמען פון זיין זכרון און דער געדענקעניש פון דער מלחמה וועט איהם מער נישט באלמוטשען. וואס איז אבער אז דער שונא וועקט זיך אויף א שטיק צייט נאכן נצחון און באדראעט זיין רואיגקייט און זיין נצחון, דאן האט ער נישט קיין ברירה נאר זיין אויף דער וואך שטענדיג סיי אפענסיוו און אסאך מאל דעפענסיוו זיך צו באשיצען, דא קומט מען צו עמלק וואס שטעלט זיך א גאנצע צייט אויף פון דאסניי און באדראעט אונזער וואוילזיין ברוחניות און אפעקטירט אונזער גשמיות צוגלייך מיט אלע זיינע מעשים גרועים און פרובירט אונז קאלט מאכן דורכען מאכען שפירן אז אלעס איז נאר א צופאל און נישט קיין שום השגחה פרטית ח"ו הס מלהזכיר עפ"ל און דורכדעם שפירט מען זיך קליין און גארנישט וואס מאכט אונז דורכפאלן אין די גרעסטע עבירות רח"ל, אע"כ איז אונזער מלחמה פונקט פארקערט, זיך אנווארעמען אין אידישקייט זיך שטארקן אויף סיי וואספארא נסיונות קומען אונטער בכל עת ובכל זמן דורכען וויסען און פארשטיין אז קיין מקרה אויף דער וועלט איז פארהאן נאר אלעס אלעס ממש ווערט געפירט בהשגחה עליונה מיט אן אויסטערלישע פרטית וואס קיין שום באשעפעניש קען נישט באגרייפען, אויך ברויך מען געדענקן תמיד אז עמלק קומט קיינמאל אפן, ער גייט באהאלטן און פארשטעלט, נאך אין דער מדבר האט ער זיך פארשטעלט ביי "וישמע הכנעני מלך ערד כי בא ישראל דרך האתרים וילחם בישראל" ווי רשיה"ק איז מסביר אויפן פלאץ אז זיי האבן גערעדט לשון כנעני, ע"כ איז אונזער חוב לידע את שונאינו איהם צו דערקענען און וויסן זיינע באהעלטענישן און תחבולות און דורכדעם מצליח זיין אינעם מלחמה און אפהאטלטן גראנדיעזע שטענדיגע נצחונות. ויגבה לבו בדרכי ה' מיט א גאוה און עזות דקדושה. דידן נצח!

ענטפער: איך דארף הילף ט' אדר התש"פ 10:08 #265540

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א האט א מורא'דיגע שיעור דעם פארגאנגענעם פר' משפטים תש"פ איבער ויגבה לבו בדרכי ה' https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=102855

ענטפער: שבת זכור ט' אדר התש"פ 10:34 #265541

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

אז דו האסט עס שוין צוגעגליכן צו די פרשה פון עמלק, וועל איך דיר צוברענגען וואס עס שטייט אין ספה״ק וועגןן עמלק מיט אונזער נסיון.

אלע תאוות און מחשבות זרות קומען פון עמלק, אזוי ווי חז״ל זאגן נטל מילות וזרקן למעלה, דאס איז מרמז אז ער האט פוגם געווען אין אונזער קדושת הברית, ער האט אריין געברענגט אין אונזער מוח אלע מחשבות רעות, און אין אונזער הארץ אלע תאוות רעות, אזוי ווי דער תפארת שלמה טייטשט ה׳ הפיר עצת גוים הניא מחשבות עמים, אז דער אויבערשטער צו שטערט די פלאן פון די גוים, וואס זיי ווילן אריינברענגען זייערע מחשבות אין אונז.

איי וועסטו פרעגן וואס האב איך פון דעם וואס איך ווייס אז אלעס קומט פון עמלק, אפילו עס קומט נישט פון מיר, און איך האב נישט קיין שייכות מיט דעם, למעשה אבער האט עס דער עמלק אריינגעברענגט אין מיר, און וויפיל איך פרוביר אים צו ארויסווארפן קומט ער אייביג צוריק נאכאמאהל, און ממילא וואס איז די חילוק אויב איך בין דער וואס מאכט עס אדער עמלק איז דער וואס מאכט עס ?

דער תירוץ איז זייער פשוט, אויב קומט עס פון מיר מיינט עס אז עס איז בידי זיך צו שלאגן מיט דעם, ווייל איך האב די כח מחליט צו זיין צו איך גיי יא טראכטן וואס מען טאר נישט, אדער איך גיי נישט טראכטן וואס מען טאר נישט. צו איך גיי יא גליסטן צו וואס מען טאר נישט, אדער איך גיי נישט גליסטן צו וואס מען טאר נישט. צו איך גיי יא קיקן ווי מען טאר נישט, צו איך גיי נישט קיקן ווי מען טאר נישט. צו איך גיי יא טוהן וואס מען טאר נישט, צו איך גיי ניט טוהן וואס מען טאר נישט.

אבער אויב עס האט גארנישט מיט מיר, ווייס איך אז איך עס נישט געברענגט, און עס האט נישט מיט מיינע החלטות און מיט מיינע מעשים, נאר עס ווענדט זיך אין איינעם אנדערש, און דער איז נישט קיין אנדערע פון עמלק אליין, וואס אויף אים זאגט די פסוק מלחמה לה׳ בעמלק מדור דור, אז נאר דער אויבערשטער קען מלחמה האלטן מיט עמלק, און איך קען גארנישט טוהן אליין, איך קען עס נאר איבער געבן פארן אויבערשטן, און אים לאזן זיך מסדר זיין דעם פראבלעם, און ווי לאנג איך רעד מיר איין אז איך קען אליין, ווייז איך מיט דעם אז איך וויל נישט אז דער אויבערשטער זאל מלימה האלטן מיט אים, ממילא וועט ער מיר נישט העלפן. ממילא איז די איינצוגסטע וועג אז איך זאל מיר אוועק שטעלן און זאגן רבוש״ע איך קען נישט מלחמה האלטן מיט די נסיונות, איך בעהט דיר העלף מיר און האלט מיר ריין, און זיין גרייט צו טוהן וואס דער אויבערשטער פירט צו אז איך זאל טוהן מיר צו האלטן ריין.

און דאס איז פשט וואס עס שטייט תמחה את זכר עמלק מתחת השמים לא תשכח, וואס די אנהייב פון די פסוק ווייזט אז מען דארף אים אויסמעקן, און ווען מען מעקט עפעס אויס ווערט עס אויסגעמעקט און עס בלייבט אויסגעמעקט, און די סוף פון די פסוק ווייזט אז מען טאר נישט פארגעסן פון אים, ווייל מען דארף אים אויסמעקן, אבער מען טאר נישט פארגעסן ווער איז דער וואס קען אים אויסמעקן, נאר דער אויבערשטער אליין

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: איך דארף הילף ט' אדר התש"פ 18:18 #265544

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 5545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל
  • קאָרמא: 17

שלום עליכם
פון די אלטע מעמבערס 
מאך דיר צוריק היימיש
מיט א שמייכל 

שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: איך דארף הילף ט"ז אדר התש"פ 12:27 #265662

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

טייערע פריינט איך בין דורכגעפאלן, אביסעלע חיזוק ביטע?

ענטפער: איך דארף הילף ט"ז אדר התש"פ 14:04 #265666

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1015
  • האט שוין געלייקט: 5545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל
  • קאָרמא: 17

חיזוק  לאז איך פאר אנדערע

אבער עס מאכט זוך אסאך מאל אז נאכן זיין זייער דערהויבן אין מען לענדעט אראפ צוריק צום געוועינטליכע סדר קען מען פאלן [ח"ו נישט אן היתר]

ממילה פורים אויב די ביסט געוועיזן זייער דערהויבן [זוך אזוי געפיעלט] אין דערנאך ביסטו צוחריק געלענדעט קען זיין אז דאס איז די גורם

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: איך דארף הילף ט"ז אדר התש"פ 16:34 #265679

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1580
  • האט שוין געלייקט: 934 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2876 מאל
  • קאָרמא: 56

די גרעסטע חיזוק וועט זיין א נקמה אין די נאציס הייב אן ציילן נאכאמאל!!!

מיט א פרישקייט

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: איך דארף הילף ט"ז אדר התש"פ 17:29 #265701

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

איך צייל און איך רייס מיך, זייט מתפלל...

ענטפער: איך דארף הילף ט"ז אדר התש"פ 18:19 #265705

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28
שלום אהליך געשריבן on ט"ז אדר התש"פ 17:29:

איך צייל און איך רייס מיך, זייט מתפלל...


שלום אהליך
אין די וואכעדיגע סדרה שטייט קול ענות אנכי שומע, כאטש עס איז נישט פשוט פשט, אבער מען קען עס טייטשן קול ענות, א קול וואס שרייט פון א אינערליכע געפיל וואס שרייט איך בין געפייניגט, און איך בעהט דעם אויבערשטן ער זאל דיר ארויסנעמען פון די פארפייניגטע מצב, און דיר העלפן, און דיר אפהיטן

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: איך דארף הילף י"ז אדר התש"פ 07:20 #265716

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

ייש"כ פאר אלעס... ישלם ה' פעלך שלם

ענטפער: איך דארף הילף כ' אדר התש"פ 18:02 #265757

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1
דעם שבת האב איך עולה געווען, דער עלי' איז ממש געווען מענינינו, איך האב עולה געווען שלישי.‎קודם לייג איך א לינק צו די פסוקים:  https://he.chabad.org/parshah/torahreading.asp?aid=856704&jewish=-.htm&p=3 ‎ און יעצט צו דער מעסעדזש וואס איך האב ארויסגענומען.‎ משה רבינו - וואס אונז אלע האבן א חלק פון איהם אין אונז כמובא שאתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא, און כמבואר ברמב"ם אז יעדע איז באשר הוא שם האט ער א חלק פון דער התפשטות - בעט זיך ביים רבש"ע, דו כביכול זאגסט מיך "הַעַל אֶת הָעָם הַזֶּה" הייב אויף דאס עם, וואס כידוע איז עם א נידיריגערע מדריגה אבער "וְאַתָּה לֹא הוֹדַעְתַּנִי אֵת אֲשֶׁר תִּשְׁלַח עִמִּי" ווי רשיה"ק איז מסביר, שיקסט מיט א מלאך, וואס איז ביי אונז דער יצר הצר דער שאור שבעיסה "וְאַתָּה אָמַרְתָּ יְדַעְתִּיךָ בְשֵׁם וְגַם מָצָאתָ חֵן בְּעֵינָי" פון די אנדערע זייט האלטסטו מיר חשוב מער פון אלע אנדערע מענטשן, נא אויב אזוי "וְעַתָּה אִם נָא מָצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ הוֹדִעֵנִי נָא אֶת דְּרָכֶךָ" מאך מיר וויסען זיינע וועגן, די וועגן אין עבודת השי"ת וויאזוי נענטער צו קומען צו דיר, און דאן "וְאֵדָעֲךָ" וועל איך דיר וויסן - איך וועל זיך באקענען מיט דיר, מיט דיין מתיקות און אלעס "לְמַעַן אֶמְצָא חֵן בְּעֵינֶיךָ" איך זאל געפונען חן אין דיינע אויגן "וּרְאֵה כִּי עַמְּךָ הַגּוֹי הַזֶּה" ווי רשיה"ק איז מסביר, קענסט נישט פאר'מיאוס'ן אין פשוטע אידישע קינדער און דער "עם" איז נישט סתם אן עם נאר א גוי, וואס איז כידוע אסאך א העכערע מדריגה. "וַיֹּאמַר" און דער אויבישטער ענטפערט, בארואיג דיך מיין קינד, "פָּנַי יֵלֵכוּ וַהֲנִחתִי לָךְ" איך אליין וועל דיר פירן און אונז ענטפערן  "וַיּאמֶר אֵלָיו אִם אֵין פָּנֶיךָ הלְכִים אַל תַּעֲלֵנוּ מִזֶּה" ווי רשיה"ק איז מסביר "בזו אני חפץ, כי על ידי מלאך אל תעלנו מזה" דאס וויל איך טאקע און מיט דעם בין איך צופרידן און איך שפיר זיך פארזיכערט און איך בין מסביר פאר כביכול "וּבַמֶּה יִוָּדַע אֵפוֹא כִּי מָצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ אֲנִי וְעַמֶּךָ" פון וואו וועסטו טאקע וויסן אז דאס וועט זיין מיין הילף?  "הֲלוֹא בְּלֶכְתְּךָ עִמָּנוּ" ווייל דורך דעם וואס דו וועסט גיין מיט אונז "וְנִפְלִינוּ אֲנִי וְעַמְּךָ מִכָּל הָעָם אֲשֶׁר עַל פְּנֵי הָאֲדָמָה" וועל איך זיין אפגעשיידט פון דער "עם" אשר על פמי האדמה, וואס אדמה איז א נידעריגערע מדריגה פון ארץ.
לעצט פארראכטן: כ' אדר התש"פ 18:05 דורך שלום אהליך.

ענטפער: איך דארף הילף כ' אדר התש"פ 21:08 #265758

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 233
  • האט שוין געלייקט: 542 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל
  • קאָרמא: 15

זייער שיין!

מזל טוב צו דיינע פיר ריינע טעג! און אחכה דערמאנט שטענדיג אז אויב מנעמט זיך אפי"ר העלפט דער אייבערשטער

קיפ אן טראקינג

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: איך דארף הילף כ"א אדר התש"פ 09:36 #265767

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

ייש"כ שלום פאר אלעס... ביסט א צדיק ישלם ה' פעלך הטוב משלם

ענטפער: איך דארף הילף כ"א אדר התש"פ 11:11 #265768

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 388 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 982
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1920 מאל
  • קאָרמא: 43
שלום גאנץ געשריבן on כ' אדר התש"פ 21:08:

זייער שיין!

מזל טוב צו דיינע פיר ריינע טעג! און אחכה דערמאנט שטענדיג אז אויב מנעמט זיך אפי"ר העלפט דער אייבערשטער

קיפ אן טראקינג


#בשם_אומרו
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: איך דארף הילף כ"א אדר התש"פ 15:30 #265774

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

אחכה, עס איז מיר אן עהרע אז דו האסט געשריבן אויף מיין טרעד, ביטע קוק אויף מיין מעסעדזש

ענטפער: איך דארף הילף כ"א אדר התש"פ 22:31 #265780

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

מזל טוב שלום אהליך פאר דיינע 5 ריינע טעג, דער אויבערשטער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט קענען פארמערן נאך און נאך ריינע טעג, ביז דו וועסט אנקומען צו וואס עס שטייט אין פסוק אתה שלום וביתך שלום וכל אשר לך שלום

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: איך דארף הילף כ"ב אדר התש"פ 08:28 #265791

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

ייש"כ הייליגער צדיק פאר דיין אנהאלטענדע און שטענדיגע חיזוק און שטיצע, אלמלי הקב"ה עוזרו אינו יכול לו און אלמלי דער גוטע שליח - מגלגלין זכות ע"י זכאי - וואלט איך שוין לאנג געפאלן ח"ו אבער סאו פאר סאו גוד און זייט דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג איז עס דידן נצח ביג טיים! כן יעזור ה' הלאה

ענטפער: איך דארף הילף כ"ד אדר התש"פ 07:21 #265843

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

איך רוף דעם גאנצן עולם צו קידוש די וואך ביי מיר אינדערהיים צו לויבן און דאנקן דער בורא כל עולמים אויף דעם פארגאנגענעם וואך וואס איך בין געווען ריין און בעטן אויף ווייטער פאר מיר און פאר אלע חבירים, והמתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה.

ענטפער: איך דארף הילף כ"ו אדר התש"פ 13:58 #265869

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 158 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1580
  • האט שוין געלייקט: 934 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2876 מאל
  • קאָרמא: 56

מזל טוב!
באיזהו מקלט?

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: איך דארף הילף כ"ו אדר התש"פ 15:36 #265875

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

איך האב געשריבן, ביי מיר אינדערהיים, ווייסט נישט וואו עס געפינט זיך?

ווערטלעך אין א זייט, דו האסט אן השגה וואס איך שפיר, איך בין ריין בס"ד שוין 10 טעג אין איין צו כן יעזור ה' להלאה, וידעת כי שלום אהליך וכו' ולא תחטא, דארט איז ביי מיר אינדערהיים, איך ווארט דיר מיט א גלעזאלע 96'ער, לחיים!

ענטפער: איך דארף הילף כ"ו אדר התש"פ 15:36 #265876

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28
שלום אהליך געשריבן on כ"ד אדר התש"פ 07:21:

איך רוף דעם גאנצן עולם צו קידוש די וואך ביי מיר אינדערהיים צו לויבן און דאנקן דער בורא כל עולמים אויף דעם פארגאנגענעם וואך וואס איך בין געווען ריין און בעטן אויף ווייטער פאר מיר און פאר אלע חבירים, והמתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה.


מזל טוב שלום צו דיין ריינע וואך
און מזל טוב צו דיינע 10 ריינע טעג, א קעגן די עשרת הדברות
דו ביסט א אינגערמאן מלא מלא תוכן, פול מיט געשמאק און פול מיט חסידישע ספרים

איך האב זייער געוואלט קומען צום קידוש שבת, אבער די רבנים האבן געהייסן בלייבן אינדערהיים, און ממילא בין איך געבליבן אינדערהיים און זיך נישט געקענט משתתף זיין בגוף, אבער פון דערווייטנס האב איך געטרינקען לחיים פאר דיין קידוש 

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: איך דארף הילף כ"ו אדר התש"פ 15:39 #265877

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

שיין פון דיר, לחיים טובים ולשלום דער רבש"ע זאל העלפן מיר זאלן אלע אויפגעראכטן ווערן בכל משאלות לבינו ברו"ג ברוב סייעתא דשמיא אכי"ר.


נ"ב, סאו בעסיקלי ווי נאר די רבנים לאזן ארויסגיין קומסטו מיר אפגעבן א פערזענליכע מזל טוב? קענט וועיט!

ענטפער: איך דארף הילף כ"ו אדר התש"פ 16:12 #265881

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28
שלום אהליך געשריבן on כ"ו אדר התש"פ 15:39:

שיין פון דיר, לחיים טובים ולשלום דער רבש"ע זאל העלפן מיר זאלן אלע אויפגעראכטן ווערן בכל משאלות לבינו ברו"ג ברוב סייעתא דשמיא אכי"ר.


נ"ב, סאו בעסיקלי ווי נאר די רבנים לאזן ארויסגיין קומסטו מיר אפגעבן א פערזענליכע מזל טוב? קענט וועיט!


 איך קען קומען מיט טינטעד גלעזער ? איך האב מורא פון גילוי....
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: איך דארף הילף כ"ו אדר התש"פ 16:23 #265882

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9
Heiligertzadik געשריבן on כ"ו אדר התש"פ 16:12:

שלום אהליך געשריבן on כ"ו אדר התש"פ 15:39:

שיין פון דיר, לחיים טובים ולשלום דער רבש"ע זאל העלפן מיר זאלן אלע אויפגעראכטן ווערן בכל משאלות לבינו ברו"ג ברוב סייעתא דשמיא אכי"ר.


נ"ב, סאו בעסיקלי ווי נאר די רבנים לאזן ארויסגיין קומסטו מיר אפגעבן א פערזענליכע מזל טוב? קענט וועיט!


 איך קען קומען מיט טינטעד גלעזער ? איך האב מורא פון גילוי....

יאפ קום מיט טינטי גלעזער און אויך אזא מאסק אויך דיין מויל און נאז..   +    
מען וועט ניטאמאל וויסן אז איר זענט א בשר ודם..

ענטפער: איך דארף הילף כ"ז אדר התש"פ 08:21 #265886

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

/

לעצט פארראכטן: כ"ז אדר התש"פ 08:24 דורך שלום אהליך.
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 1.05 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא