ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: ביים אנקומען 2180 באזוכער

ביים אנקומען כ"א אב התשע"ח 14:37 #249799

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

ביים אנקומען אויף די וועלט איז מיין החלטה געווען פעסט, איך האב נישט קיין מפורסמ'דיגע שוואכע זכרון, אזויפיל קען איך נאך געדענקען אז איך האב געשוואוירן אז איך וועל זיין א צדיק און נישט קיין רשע, איך בין געווען זיכער אז איך וועל עס מאכן.

(פזמון)
אין אנהויב איז אלעס טאקע געגאנגען ווי געפלאנט, איך האב אפילו נישט געהאט קיין נייגונג צו שלעכטס, מיינע אלע איברים און חושים זענען געווען ריין, איך האב געציילט א מוגזמ'דיגע מספר פון ריינע טעג, ס'האט אויסגעזעהן ווי ביי דעם וועל איך בלייבן כל ימי חיי.

זאכן האבן זיך געדרייט זייער שנעל און נאך א תקופה פון תמימות און ריינקייט האב איך מיר געטראפן זיך שלאגן מיט שווערע נסיונות, די קינדער יארן זענען אנטלאפן נאך איידערן אנקומען געהעריג, די בחור'ישע האבן איבערגענומען, און מיט זיי זענען מיטגעקומען אלס וואס איך האב אזוי נישט געוואלט און געטראכט.

זיך אפגעמוטשעט יארן...

ביז...

אן אריינגיין אין פרטים... מ'האט מיר געפאקט! די בושות זענען געווען נורא נוראות, די אפענע דערווייטערונג פון גאר נאנטע... די בליקן פון די מער איידעלע וואס האבן נישט געוואלט רעדן אפן... אונטערשטע שורה, איך האב געלאנדעט אויף א פאטעל קעגנאיבער אן ערפארענעם טעראפיסט אין די אדיקשן והמסתעף.

ביים אנקומען צום טעראפיסט איז מיין החלטה געווען פעסט, איך האב נישט קיין מפורסמ'דיגע שוואכע זכרון, אזויפיל קען איך נאך געדענקען אז ס'איז געווען ערנסטע בושות, איך בין געווען זיכער אז איך וועל עס מאכן.

(פזמון)
אין אנהויב איז אלעס טאקע געגאנגען ווי געפלאנט, איך האב אפילו נישט געהאט קיין נייגונג צו שלעכטס, מיינע אלע איברים און חושים זענען געווען ריין, איך האב געציילט א שיינע מספר פון ריינע טעג, ס'האט אויסגעזעהן ווי ביי דעם וועל איך בלייבן כל ימי חיי.

אבער וואס, ווען, וואו... א נעכטיגן טאג... קוים אפאר חדשים און... בומפס... דורכגעפאלן... איך וויל נישט מאכן א לאנגס און א ברייטס פון די ווייטאג פון דעמאלטס ווייל איך ווער פון פריש פארפלייצט פון די דעמאלטסדיגע שווערע תקופות. דעיס זענען געווען די עכטע עלייות און ירידות (Ups and Downs בלע"ז), טעג וואס איך שווער מיך אז דעטס איט! אנדערע טעג וואס איך בין אינגאנצען אריינגעטוהן אין די אדיקשן, אנדערע טעג וואס איך בין פשוט געפיל-לאז און לאז מיינע אויגן (און הענט) טוהן וואס זיי ווילן, אן אפילו הנאה האבן אדער פילן שלעכט פון וואס איך טוה.

זיך אפגעמוטשעט יארן...

ביז...

מזל טוב! ער'ז א חתן געווארן בשעה טובה ומוצלחת!

ביים אנקומען צו מיין לחיים איז מיין החלטה געווען פעסט, דא האב איך שוין געוואוסט אז ס'איז נאו מאנקי ביזנעס איך גיי חתונה האבן איין טאג און ס'ניש גוט נישט ברוחניות און נישט בגשמיות אז איך זאל ליגן אין אזעלכע זאכן. דא האב איך געמאכט א פעסטע דיסיזשען (אזוי ספעלט מען עס?) איך דארף סטאפן פאר מיין אייגענע טובה.

(פזמון)
אין אנהויב איז אלעס טאקע געגאנגען ווי געפלאנט, איך האב אפילו נישט געהאט קיין נייגונג צו שלעכטס, מיינע אלע איברים און חושים זענען געווען ריין, איך האב געציילט א שיינע מספר פון ריינע טעג, ס'האט אויסגעזעהן ווי ביי דעם וועל איך בלייבן כל ימי חיי.

עט דיס פוינט אין די סטארי ווייסטו שוין מסתם אז סאיז נישט געבליבן ביי דעם, איך האב זיך אפגעקילט פון מיין ערשטע עקסייטמענט און מיט דעם אויך פון מיין ערשטע שטארקייט, און.... טראסק! פארשטייט זיך אז די צובראכנקייט איז געווען סך גרעסער ווי סיי ווען, יעצט איז עס שוין א אישו פאר ריעל.

אזוי האב איך מיך געמוטשעט...

ביז...

מיטן הילף פון מיין געטרייע טאטע אין הימל בין איך דורכגעשווימען די פחדים און פארלוירנקייטן און זיך געגרייט צו מיין חתונה בשעה טובה ובדעת צלולה.

איבריג צו זאגן אז ביים אנקומען צו די חופה איז מיין החלטה געווען משונה'דיג פעסט אז עד פה תבא, איך פיל נאך היינט אז איך בין געגאנגען אונטער מיין חופה מיט א עכטע תשובה און ריינקייט און אודאי מיט א עכטע קבלה להבא.

(פזמון)
אין אנהויב איז אלעס טאקע געגאנגען ווי געפלאנט, איך האב אפילו נישט געהאט קיין נייגונג צו שלעכטס, מיינע אלע איברים און חושים זענען געווען ריין, איך האב געציילט א שיינע מספר פון ריינע טעג, ס'האט אויסגעזעהן ווי ביי דעם וועל איך בלייבן כל ימי חיי.

ווי געווענליך איז דעיס אויך געקומען צו א ענדע, דאסמאל איז שוין אבער די קראך געווען פיל טיפער און ערנסטער, מיין קאפ איז שוין געווען אפענער, זאכן וואס איך האב נישט געוואוסט פאר די חתונה האב איך שוין יא געוואוסט, איך האב געהאט מער צוטריט צו זאכן און פלעצער וואס אלס בחור האב איך נישט געקענט, זעלבסטפארשטענדליך אז די ווייטאג און שולד געפילן זענען געווען סך שווערער און טיפער.

דא האב איך שוין אפילו ערגעצוואו אינמיטן אפגעמאכט אז סאיז א שאד די ארבעט, אזוי וועסטו שוין בלייבן ביז אין מושב זקנים, פארפאלן You lost your chance, וועק דיך אויף פון דיינע דמיונות, אלס בחור'ל און בחור טוישט מען זיך, אלס יונגערמאן און טאטע איז מען שוין אויף Neutral פאר די איבריגע יארן וואס מען אטעמט.

אבער… איינער האט נאכנישט אויפגעגעבן אויף מיר… מיין טאטע אין הימל… ער האט מיר נאך אונטערגעשיקט דא און דארט טעג און אפילו וואכן וואס איך האב מיך יא געשטארקט, יא געוואוסט די אמת אז איך האב נאך האפענונג, יא געגלייבט מיט מיין גאנצע הארץ אז איך קען מיך נאך ארויסזעהן.

אזוי האב איך דעמאלטס "געמיינט"...

און יעצט ווייס איך עס!!!

ביים אנקומען צו GYE איז מיין החלטה געווען פעסט, מיינע אויגן האבן געפינקלט פון די שיין וואס די סייט האט פארשפרייט אינעם צימער וואס איך בין געזעסן, נישט נאר די רוחניות'דיגע שיין נאר אויך די גלאנץ פון די פילע מעדאלן וואס די חשובע חברים האבן שווער געארבעט זיך צו פארדינען האט געשפיגלט אין מיינע אויגן, און… ששש… איך בין מיאוס דורכגעפאלן… מיט לא תחמוד…

(פזמון)
אין אנהויב איז אלעס טאקע געגאנגען ווי געפלאנט, איך האב אפילו נישט געהאט קיין נייגונג צו שלעכטס, מיינע אלע איברים און חושים זענען געווען ריין, איך האב אנגעהויבן ציילן ריינע טעג, ס'האט אויסגעזעהן ווי ביי דעם וועל איך בלייבן כל ימי חיי.

איך ווייס נישט פארוואס עס איז אזוי, אבער עפעס אין דעם פלאץ האט מיר געגעבן דעם געפיל פון די דרוק אויפן New page קנעפל, סאיז זיכער א מיטל וואס איך האב קיינמאל נישט געזעהן און זיכער נישט פרובירט, אבער משום איזה סיבה שהוא האט מיר בלויז אנקומען צו דעם פלאץ געגעבן גענוי דעם זעלבן געפיל פון ריינקייט ווי ביים אנקומען צו די וועלט/טעראפיסט/לחיים/חתונה, אבער וועט עס בלייבן? איין באשעפער ווייסט!

איין זאך איז זיכער, איך בין שוין נישט איינגערעדט אז מיין סוקסעס איז נאר אויב איך בין ריין אן קיין הפסק, ניין, וועל איך האבן א הפסק וועל איך נאכאמאל אנהייבן ציילן (וד"ל), מיטן אייבערשטענס הילף.

איך בין Fine, כאטש איך ווייס אז איך גיי דורכפאלן.

און ווער ווייסט? אפשר נישט...

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ביים אנקומען כ"א אב התשע"ח 14:54 #249800

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 117 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 490 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל
ברוכים הבאים בשם השם

די האסט געטוהן דאס ריכטיגע, אנגעהויבן שרייבן
געוואלדיג געוואלדיג

אז מ'טוט קומט מען אן
פתחו לי פתח כחודו של מחד, ואני אפתח לכם כפתחו של אולם
איין זאך פרעג נישט 
אבער וועט עס בלייבן
זאג זיכער וועט עס בלייבן
אפי' מען פאלט בלייבט וואס מען האט געהאט ס'פאלט נישט צאם
זייער גוט האסטו געטון מיט'ן אנהייבן ציילן און שרייבן 
שעם דיר נישט קום אריין אפט דערצייל דיינע שוועריקייטן דיינע הצלחות
דער עולם איז דא צי העלפן
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: ביים אנקומען כ"א אב התשע"ח 15:52 #249801

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 320 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
דו בּיסט ריזיג

ח ז ק   ח ז ק!!

ענטפער: ביים אנקומען כ"א אב התשע"ח 16:11 #249803

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 703 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 211
  • האט שוין געלייקט: 237 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 555 מאל

שלום עליכם ׳איך וויל זיין ערליך׳

יישר כח פארן שרייבן, קודם כל איז דיין טאלאנט אין שרייבן אויף א הויעכע לעוועל. אבער בעיקר איז דאס די שפראך פון הארץ וואס האט אלע טעמים [חברים אונז האבן הנאה אפילו פון א שוואכע שרייבער אויב ס׳איז מלב ללב, האלט זיך נישט אפ ווייל די (מיינסט) אז די קענסט נישט שרייבן].

ולעצם הענין איך און אסאך אנדערע דא האבן דורכגעגאנגען בערך אזעליכע זאכן. ניין די ביזט נישט די איינצוגסטער.

פאר מיר ארבייט;
איך ווייס נישט פון נעכטן און פון מארגן.
איך ווייס אז די כח פון די תאווה איז שטערקער ווי מיר.
יעצט קען איך פראבירן די מערסטע אויסמיידן נסיונות, און זיך ווענדען צו ווער ס׳איז שטערקער פון מיינע נסיונות זאל מיר העלפן און אוועקנעמען די נסיונות פון מיר.

לענ״ד (נאר וועמענס?) איז די מערסטע ווירקזאם צו שרייבן און אויסשמיסן וועליכע מהלכים מ׳האט פראבירט און וואס ס׳ארבייט יא אדער נישט.

יישר כח פראבירט פארן מיר שטיפן צו שרייבן.

ענטפער: ביים אנקומען כ"א אב התשע"ח 16:20 #249804

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

צו holychaim
ש'כח פאר די קאמפלימענטס, און נאך א גרעסערן ש'כח פארן מיטיילן דיין ערפארונג, איך האלט פונקט ווי דיר אז סאיז וויכטיג צו שרייבן די אייגענע עקספעריענס.
חזק ואמץ

נ.ב. ש'כח "פרוביר" פארן שטופן "holychaim" צו שרייבן.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ביים אנקומען כ"א אב התשע"ח 16:22 #249805

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

צו פרובירט
יישר כח פאר די חיזוק, איך שטארק זיך: זיכער וועט עס בלייבן!!! איך וועל זיכער בלייבן ריין!!!

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

לעצט פארראכטן: כ"א אב התשע"ח 16:23 דורך ich vil zan ehrlich.

ענטפער: ביים אנקומען כ"א אב התשע"ח 16:25 #249806

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

צו אויגן גלעזער
איך האב שוין געדריקט די דאנק קנעפל אבער איך וויל טוהן עפעס מער.
י י ש ר   כ ח ! ! !

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ביים אנקומען כ"א אב התשע"ח 18:45 #249809

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 320 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קיקסט אויס צו זיין א בחור מיט ביינער
קיעפ גאינג

ענטפער: ביים אנקומען כ"א אב התשע"ח 19:00 #249811

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
אויגן גלעזער געשריבן on כ"א אב התשע"ח 18:45:
קיקסט אויס צו זיין א בחור מיט ביינער
קיעפ גאינג

כווייס נישט אויב ס'איז א גוטע זאך אדער א שלעכטע. אבער I'll take it as a compliment

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ביים אנקומען כ"א אב התשע"ח 20:39 #249813

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 167
  • האט שוין געלייקט: 341 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

ביים אנקומען... דא אין דעם אשכול האט גלייך אנגעהויבן שמעקן פון טיפע קריעטיוועטי און זיסע געשרייבעכץ.

א פלעזשור צו ליינען דיינע ווערק, און נאכדערצו ווען מיר רילעטן צו דיינע הארציגע שורה'לעך אות ביי אות, און נאכמער ווען דער פזמון קלינגט אזוי היימיש ביז גאר.

ליבער ידיד (שווער צו פערנאונסן אזא לאנגע נאמען, האסטע שוין קריטיק אויכעט...), האסט אנגעהויבן מיט'ן רעכטן פיס, דיין שריפט און דיין געשיכטע איז עפעס מיט וואס מיר אלע גייען זיך באלעקן, לאמיר האפן אז דו זאלסט זיך אויך געפונען דא דאס פלאץ, און זאלסט אנטדעקן דער ריכטיגער מהלך וואס איז אויסגעבויעט פאר דיר, און בקרוב קענען שרייבן א נייעם פזמון...

א ריזן דאנק פאר'ן שרייבן.

לעצט פארראכטן: כ"א אב התשע"ח 20:39 דורך אברהם העברי.

ענטפער: ביים אנקומען כ"א אב התשע"ח 22:04 #249814

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

צו אברהם (נאכנישט גענוג היימיש צו רופן אברמ'ל ווי די עולם רופט בל' חיבה)

ביים אנקומען... (נע צו Corny איבערצונוצן זיין דזשאו"ק)

ש'כח פאר די קאמפלימענט (און די קריטיק), און פיל דאנק פאר די הארציגע וואונטשן.
דיינע קאמפלימענטן האבן פאר מיר א באזונדערע באדייט ווייל נישטערענדיג צווישן די אלטע (און נייע) פארומס האב איך זיך באגעגנט אין דיינע שריפטן און איך זעה אז מען רעדט פון א טאלענטירטער שרייבער מיט וואס ווייניג קענען זיך פארמעסטן. נא, א מבינות פון א מבין האט א ספעציעלע חשיבות.

ש'כח נאכאמאל.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ביים אנקומען כ"א אב התשע"ח 22:18 #249816

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 167
  • האט שוין געלייקט: 341 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
ich vil zan ehrlich געשריבן on כ"א אב התשע"ח 22:04:

צו אברהם (נאכנישט גענוג היימיש צו רופן אברמ'ל ווי די עולם רופט בל' חיבה)


חבר לעבן, מיר זענען שוין 'היימיש' יאאארן לאנג מיט אונזערע געשיכטעס, בסך הכל האמיר זיך נישט געטראפן (ווער ווייסט) ביז יעצט ביי איין פארהאנדלונגס טיש, דעריבער פון די רגע דו טרעטס איבער דעם באדן קענען מיר זיך שוין אלע פון יארן...

ענטפער: ביים אנקומען כ"ב אב התשע"ח 09:47 #249818

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 140 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 743
  • האט שוין געלייקט: 537 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

וואאףףף

זייער גוט געשריבן אבער אזויווי חיים האט שוין געשריבן די עיקר דאס הארץ, און פון דעם איז דא א געוואלד!!

דו מערסטע האט מיר געפאלן דיין זאגן אז דו גייסט איבער ציילן און איבער ציילן, ביז ס׳געלונגט!!!

ערליך, דו האסט א כח אונז אלע צו מחזק זיין, מיר אלע ציילן מיט, מיט דיר יעדן טאג!!! אבער געדענק, איין טאג אויפאמאל!!!

צום לעצט, קום אריין ציילן מיט אונז יעדען טאג, שרייב אונז דיינע נסיונות און שוועריקייטן.

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: ביים אנקומען כ"ב אב התשע"ח 09:58 #249822

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 140 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 743
  • האט שוין געלייקט: 537 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

כ׳האב פארגעסן איין זאך.
ערליך, אויב ס׳איז אן עדיקשן, איך בין נישט קיין מבין, אבער לויט וויאזוי כ׳האב געליינט פון אנדערע, איז נישט גענוג רצון מיט תפילה, און חיזוק. ס׳דארף געהעריגע טריטמענט.

אויב נוגע פרעג דא ביי די עלטערע.

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: ביים אנקומען כ"ב אב התשע"ח 12:10 #249825

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 667 טעג
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 909
  • האט שוין געלייקט: 3668 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1055 מאל

דער איז פיינער נייעס!!!!!!!!

קיפ אפ יור גוט ווארק!!!

ענטפער: ביים אנקומען כ"ד אב התשע"ח 16:12 #249840

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

צו נטע
ש'כח
די לשון אדיקשן האב איך גענוצט ווייל איך האב נישט געוואוסט וואס צו נוצן אנשטאטס דעם

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ביים אנקומען כ"ד אב התשע"ח 16:40 #249841

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

איך גלייב עס נישט...
יא? נע... יא! סאיז עכט! אויף די רעכטע זייט פון מיין סקרין איז דא א נייע מעדאל!
זיבן טעג!!!
א קלאפ אין פלייצע, ציילן וואכן איז שוין א פרישע מצווה.

איך דארף מיר אבער נישט שעמען זיך צו פרייען דערמיט ברבים? אין די צייט וואס אנדערע חברים האלטן שוין ביי נאמבערס, פינף, צעהן, פופציג און הונדערט מאל אזויפיל, שטיי איך און איך פריי זיך מיט מיין קארגע וואך?
דו יצר הרע!!! הער שוין אויף!!! זיך א צווייטן צו דרייען א קאפ!!! מיין אקאונט מיט'ן באשעפער איז נישט קיין דזשוינט אקאונט, סאיז מיין פריוואטע אקאונט, פאר מיך איז זיבן טעג זייער אסאך!!! בפרט אז איך ווייס אז שבת נאכמיטאג איז פאר מיר א שווערע עת נסיון און איך בין דעיס שוין אויך דורך ב"ה מיינט עס פאר מיר זייער אסאך. ווער קען נישט די דרש, וספרה לה, לה לעצמה, יעדער ציילט פאר זיך.
בכלל, וואס גייט מיר אן אז יענער האלט ווייטער? אדרבה איך פריי מיך פאר אים! זייער גוט הלואי אויף נאך אידן געזאגט!
צווייטנס, ציילט איינער דא צעהן טעג? קיינער!!! יעדער ציילט איין טאג אויפאמאל! איינער ציילט פינף מאל איין טאג, איינער ציילט צעהן מאל איין טאג א.א.וו. און איך... זיבן מאל איין טאג... אויף דערווייל.
סך הכל: ש'כח אייבעשטער אז איך בין מיט דיין הילף אדורך זיבן ריינע טעג, ש'כח מיינע טייערע חברים וואס זענען מיר מחזק אין מיין רייזע, און אז א צווייטער האט מער מיינט עס נישט אז מיינס איז נישט חשוב.

יעצט אלע צוזאמען (ווער ס'קען): היום יום אחד שהם שבעה ימים שהם שבוע אחד...

יעצט א טענצל נאך ספירה ציילן: אוי ואטהר... ואתקדש... אוי בקדושה אוי בקדושה של מעלה...

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ביים אנקומען כ"ד אב התשע"ח 16:41 #249842

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

ש'כח לומד ש'כח
דיין חיזוק מיינט אסאך פאר מיר.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ביים אנקומען כ"ד אב התשע"ח 19:22 #249844

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 167
  • האט שוין געלייקט: 341 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

אט אזוי הרב ווז"ע, זאלסט די ווערטער שרייען נאכאמאל און נאכאמאל ביז דו צוזאמען מיט אונז אלע שפירן עס. יש קונה עולמו בשעה אחת, נישט מער ווי א שעה'לע קען בויען וועלטן, ק"ו ווען די רעדע איז פון 24 שעה'לעך, ווער נאך ווי אונז ווייסן אז אמאל קענען פאר גאנצעטע טעג וואס ווערט געפאקט איינס אויפן אנדערן אן קיין ערנסטע צוריקהאלט, אבער אמאל קומט אפיר א קליין פרעקשאן פון א שעה'לע וואס קען אונז אונטערברענגען עד התהום, דעריבער אפילו ווען ס'כאפט זיך יא אמאל אריין א קנאה'לע אויף א צווייטנס וואכן, חדשים און יארן, דארפן מיר געדענקן אז ס'קען גאר זיין אז דיין שעה האט אין קוואליטי איבערגעוואויגן דעם קוואנטיטי פי כמה...

א ריזן דאנק פארן אויפברענגען דיינע אינערליכע געפילן וואס מיר אלע שפירן כסדר. און אן עקסטערע דאנק פאר דעם פרייליכן טענצל-נאך-ציילן וואס האט א באזונדערע משמעות אין א גרויע זונטאג...

ענטפער: ביים אנקומען כ"ד אב התשע"ח 20:07 #249848

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
אברהם העברי געשריבן on כ"א אב התשע"ח 22:18:

ich vil zan ehrlich געשריבן on כ"א אב התשע"ח 22:04:

צו אברהם (נאכנישט גענוג היימיש צו רופן אברמ'ל ווי די עולם רופט בל' חיבה)


חבר לעבן, מיר זענען שוין 'היימיש' יאאארן לאנג מיט אונזערע געשיכטעס, בסך הכל האמיר זיך נישט געטראפן (ווער ווייסט) ביז יעצט ביי איין פארהאנדלונגס טיש, דעריבער פון די רגע דו טרעטס איבער דעם באדן קענען מיר זיך שוין אלע פון יארן...

וואזאלעך דיר זאגן אברמ'ל אז דו ביזט גערעכט ביסטו גערעכט

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ביים אנקומען כ"ד אב התשע"ח 20:12 #249849

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
אברהם העברי געשריבן on כ"ד אב התשע"ח 19:22:

אט אזוי הרב ווז"ע, זאלסט די ווערטער שרייען נאכאמאל און נאכאמאל ביז דו צוזאמען מיט אונז אלע שפירן עס. יש קונה עולמו בשעה אחת, נישט מער ווי א שעה'לע קען בויען וועלטן, ק"ו ווען די רעדע איז פון 24 שעה'לעך, ווער נאך ווי אונז ווייסן אז אמאל קענען פאר גאנצעטע טעג וואס ווערט געפאקט איינס אויפן אנדערן אן קיין ערנסטע צוריקהאלט, אבער אמאל קומט אפיר א קליין פרעקשאן פון א שעה'לע וואס קען אונז אונטערברענגען עד התהום, דעריבער אפילו ווען ס'כאפט זיך יא אמאל אריין א קנאה'לע אויף א צווייטנס וואכן, חדשים און יארן, דארפן מיר געדענקן אז ס'קען גאר זיין אז דיין שעה האט אין קוואליטי איבערגעוואויגן דעם קוואנטיטי פי כמה...

א ריזן דאנק פארן אויפברענגען דיינע אינערליכע געפילן וואס מיר אלע שפירן כסדר. און אן עקסטערע דאנק פאר דעם פרייליכן טענצל-נאך-ציילן וואס האט א באזונדערע משמעות אין א גרויע זונטאג...


האסטעך צום סוף אנייצע געגעבן מיט מיין לאנגן נאמען זעה איך.
עניוועי, יעדע טראפ חיזוק קומט מיר גוט צוניץ, בפרט אז ס'קומט מיט אזא זיסע אנגעמע שפראך, די זכות זאל דיר ביישטיין.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ביים אנקומען כ"ד אב התשע"ח 23:13 #249856

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 113 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 242
  • האט שוין געלייקט: 528 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

איבערגעלייענט מער ווי איינמאל דיינע ווערטער, די פזמון, אוי ווי מיר פיהלן עס אויף די ביינער...
עלה והצלח!
די החלטה קדומה פון: "איך גיי ציילן, און נאכאמאל ציילן", איז שוין ווייטע דערגרייכונג!
די באשעפער זאל העלפן די החלטה זאל בלייבן אויפן פאפיר און נישט דארפן אנצקומען צו דעם, אבער אויב יא אויך נישט געפערלאך... הייבט מען אן נאכאמאל... דו ביסט אלעמאל עקסעפטעד!

לעצט פארראכטן: כ"ד אב התשע"ח 23:14 דורך כי בשמחה תצאו.

ענטפער: ביים אנקומען כ"ה אב התשע"ח 01:01 #249864

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 140 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 743
  • האט שוין געלייקט: 537 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

שוארקע רייד יעדער איינער! 
ממש כ׳האב נישט וואס מוסיף צו זיין!

ערליך מיר אלע ציילן מיט, מיט דיר, בקול רם!!!

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: ביים אנקומען כ"ה אב התשע"ח 09:38 #249872

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 117 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 490 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

איך האב נישט געהאט קיין עקסעס איבער די וויקענד
יעצט קוק איך אזוי צי און איך זע ich vil zan ehrlich האט זיך פיין ארויף געארבעט
דער האלט שוין איבער א וואך
זייער גוט גיי אן 
קיפ אן טראקינג

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: ביים אנקומען כ"ה אב התשע"ח 10:06 #249875

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שלום וברכה מעומק הלב לכבוד ידיד בין הידידים כמוה"ר איך וויל זיין ערליך השם ישמריהו ויציליהו מכל מרעין בישין מעתה ועד עולם

קודם א הארציגן ברוכים הבאים, גם אני הקטן בין איך שוין דא א שטיק צייט און איך פריי זיך צו זעהן א נייער שטערן, א פרישער איד מיט א שטארקן ווילן צו גיין און זיין ריין.

איך טוה דיר באגריסן און דיר וואונטשן א געשמאקע רייזע, טראץ וואס פון מיין עקספערטיז ווייסעך ווי שווער עס איז אין די אנפאנג, מיט דעם אלעם איז עס גוט און געשמאק און עס ווערט נאר בעסער.

מיר פערזענליך העלפט זייער שטארק איבערצוגעבן מיינע שווערעיקייטן פארן גרויסן גאט, ער איז דאך א גוטער און שטארקער און ער קען עס טוהן פאר מיר, איך דארף אים נאר לאזן און טוהן זיין ווילן פאר דעם דאזיגן מאמענט!

פארבינדט זיך צו יעדע צייט, מיר זענען דא פאר ענק ווען אימער.

דיין אלט/נייער ברודער

בא לטהר

ענטפער: ביים אנקומען כ"ה אב התשע"ח 11:15 #249879

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 140 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 743
  • האט שוין געלייקט: 537 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

ווען מ׳הערט דאס פון לטהר וואס האלט שוין איבער 1000 ריינע טעג! הערט זיך עס גאנץ אנדערש!

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: ביים אנקומען כ"ה אב התשע"ח 13:17 #249890

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
כי בשמחה תצאו געשריבן on כ"ד אב התשע"ח 23:13:

איבערגעלייענט מער ווי איינמאל דיינע ווערטער, די פזמון, אוי ווי מיר פיהלן עס אויף די ביינער...
עלה והצלח!
די החלטה קדומה פון: "איך גיי ציילן, און נאכאמאל ציילן", איז שוין ווייטע דערגרייכונג!
די באשעפער זאל העלפן די החלטה זאל בלייבן אויפן פאפיר און נישט דארפן אנצקומען צו דעם, אבער אויב יא אויך נישט געפערלאך... הייבט מען אן נאכאמאל... דו ביסט אלעמאל עקסעפטעד!


אמן ואמן. (איינמאל פאר די ברכה אז סזאל בלייבן אויף פאפיר, און איינמאל אז איך זאל נאכאמאל קענען אנהייבן פון דר'אנהייב אויב...................)

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ביים אנקומען כ"ה אב התשע"ח 13:21 #249891

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

א דאנק דיר "בא לטהר"
סאיז ריכטיג אז די אנהייב איז שווער, אבער מיט אזעלכע הארציגע שיינע חיזוק און גרייטקייט פאר הילף פון אזא חשובע יוד וואס האט שוין אפגעזונגען דעם "ואת האלף" אויף ריינקייט איז עס סך גרינגער.
א שיינעם דאנק.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ביים אנקומען כ"ה אב התשע"ח 13:26 #249892

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 297
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

נטע, כהאב באמערקט אז דו מאכסט זיך גרינגער מיט א קיצור פון מיין נאמען, די אישו איז אז ס'דא איינער אויף די סייט וואס רופט זיך אזוי, כ'ווייס נישט ווי אקטיוו ער איז, אבער ס'גוט צו וויסן.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ביים אנקומען כ"ה אב התשע"ח 14:08 #249893

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 140 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 743
  • האט שוין געלייקט: 537 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

מ׳וועט עס דארפן אויסארבייטן ביים קומענדיגן ליל שישי...

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

צייט צו מאכן א בלאט: 0.76 סעקונדעס