ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט 182 באזוכער

ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ב סיון התש"פ 15:27 #267189

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

די ערשטע זאך פארשטייט זיך אז מ'דארף באמת וועלן ארויסקריכן פון דעם תאווה. און וויסן אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן.

וואס העלפט למעשה ארויסקריכן פון דעם אדיקשאן? וואס מאכט אז מענטש זאל ווייניגער און ווייניגער דורכפאלן?

איך וויל דא אראפשרייבן מיינע שאלות וואס איך האב אין דעם נושא, און וואס איך שפאקוליר.

די ערשטע פראגע איז: צו דארף א מענטש ארבעטן צו ווערן בבחינת זכר, און נישט בבחינת נקיבה אויב ער וויל ארויסקריכן פון דעם? וואס דערפאר וועט לאו סעלף עסטים גורם זיין אז מ'זאל דורכפאלן.

צווייטע פראגע: וואס שפירט איינער וואס איז נישט אדיקטעד? וואס האלט אפ איינעם פון אריינפאלן אין אדיקשאן?

איז אמת אז ווען א מענטש איז נישט צופרידן מיט זיך אליין, דאס הייסט אז ער ווערט אונטערדרוקט זייענדיג מיט זיך אליין, וועט ער מוזן נוצן דעם תאווה כדי אוועקצולויפן פון דעם ווייטאג. און ס'וועט אים כמעט גארנישט העלפן זיך ארויסצודרייען דערפון.

וואס איך וואונדער מיך איז, פארוואס איז יעדער פארנומען נאר מיט ציילן. יא ריינע טעג, נישט ריינע טעג. ווער זאגט אז ארויסקריכן פון דעם האט צו טון נאר מיט וויפיל ריינע טעג איך האב שוין אפגעציילט?

אפשר אויב מ'איז נאר קאנצענטרירט אויף דעם קען עס מאכן ערגער. ווייל די רגע א מענטש זעהט אז ער איז אפשר דורכגעפאלן, ווערט אים אומבאקווועם צו זיין מיט זיך אליין און דאס אליין מאכט אים פאלן.

אפשר איז די גאנצע וועג פון ארויסקריכן פון דעם, איינס צו ווערן מער בבחינת זכר, וואס איך וועל שפעטער ערקלערן, און צוויי וויפיל דער מענטש באקומט א כח צו באמערקן זיין תאווה, און אויך באמערקן אנדערע געפילן, און אויפבויען זיין אויסהאלטונגס קראפט נישט צו טון די תאווה. און אויפבויען דעם אויסהאלטונגס קראפט מיין איך צוזאגן, אריינצומישן דעם אייגענעם שכל אין די אלע געפילן אזוי אז די אלע געפילן זאלן נישט קענען האבן אזא שטארקע שליטה.

איך גיי דא שרייבן וואס איך קלער אין דעם נושא. און דער אייבערשטער זאל מיך העלפן.

לעצט פארראכטן: כ"ג סיון התש"פ 14:56 דורך הכנעה.

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ב סיון התש"פ 15:37 #267190

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3
וואס שפירט איינער וואס איז נישט אדיקטעד? וואס האלט אפ איינעם פון אריינפאלן אין אדיקשאן? איך וועל שרייבן וואס איך קלער אין דעם נושא.

איך קלער אז איינער וואס איז נישט אדיקטעד שפירט ביי זיך גאנץ מיט זיך אליין. ער שפירט נישט אין זיך א געברויך צו אנטלויפן פון זיך אליין. ער איז צופרידן מיט זיך אליין.

פארוואס זאגט מען אז ווען א קינד באקומט גאר אסאך ליבשאפט פון זיין טאטע און פון זיין מאמע, אזוי סך אז ער שפירט זיך גוט מיט זיך אליין. וועט אים נישט אויספעלן דעם אדיקשאן. איז עס אזוי?

איך וויל זאגן אז דער עיקר וואס מאכט אז מ'זאל דורכפאלן, האט עפעס צו טון מיט דעם אז דער מענטש שפירט זיך, נישט גוט מיט זיך אליין.

איך דארף אבער האבן פידבעק פון אנדערע דא אויפן פארום.

אז דו וועסט ענטפערן, נישט קיין חילוק וואס, וועלמער קענען מער אויסקאכן דעם נושא. אבער ענטפער. האלט דיך נישט צוריק. זאג וואס דו קלערסט.
לעצט פארראכטן: כ"ג סיון התש"פ 14:58 דורך הכנעה.

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ב סיון התש"פ 16:19 #267191

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3
ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט

איך וויל מיך ארויסברענגען בעסער, און איך וויל פארברייטערן מיין קעפל פון מיין טעמע.

ווער זאגט אז מיר דארפן נאר פאוקעסירן אויף ריינע טעג? ווער זאגט אז ארויסקריכן פון דעם אדיקשאן האט נאר צו טון מיט וויפיל ריינע טעג מ'האט שוין געציילט?

אפשר האט דאס צו טון מיט א געוויסע פראסעס וואס דאס דארף ווערן אויפגעבויט אינעם מענטש? און דאס ווערט אויפגעבויט אפילו נאך א באלדיגן פאל חלילה, אויב מ'האלט שוין אינמיטן די ארבעט.

לאמיר זאגן אז ס'ארבעט ווי ווייט א מענטש ווערט אויפמערקזאם אויף זיך אליין.

אויב מ'וועט זאגן אזוי ווי איך זאג, אז ס'האט נישט צו טון מיט וויפיל ריינע טעג עס איז שוין דורך, נאר עס האט צו טון ווי ווייט עס איז דיר געלונגען צו כאפן וויאזוי דער תאווה וויל זיך אנצינדן אין דיר, און ווי ווייט דו קענסט דיך שטארקן נישט צו עקטן אויף דעם. ווי ווייט דו קענסט אנהאלטן דיין סעלף עסטים און דיך נישט לאזן ווערן צעקנאקט.

שטארקן מיינט נישט שטארקן. שטארקן מיינט עס נישט טון. עס לאזן דורכגיין ווי ס'וואלט געווען א כוואליע וואס קומט אריין אין דיר, און גארנישט טון דערוועגן.

דאס מיינט, אז אפשר דארפן מיר קוקן אויף די מאס אויפמערקזאמקייט וואס מיר האבן שוין עררייכט, און נישט אויף וויפיל טעג עס איז שוין דורך ריין. מיר דארפן קוקן אויף די מאס אויפמערקזאמקייט וואס מיר האבן שוין עררייכט צו קענען קוקן אויף זיך אליין. אויף וואס עס קומט פאר מיט אונז.

ווער זאגט אז דו דארפסט האבן ריינע טעג כדי צו וויסן אז דו האלסט שוין ערגעץ. אפשר דארפסטו אנהייבן קוקן און אנהייבן ארבעטן צו ווערן מער אויפמערקזאם אויף וואס עס קומט פאָר מיט דיר אליין, און דאס איז דיין עררייכונג. און טאקע דאס איז דיין וועג ארויס פון דעם. והכל בעזרת השי"ת.

אויב עס האט צו טון מיט וויפיל ריינע טעג דו האסט שוין אפגעציילט, קומט אויס אזוי: לאמיר זאגן דו זעהסטעך צוויי אזייגער אינמיטן טאג, און דו טראכסט ביי דיר: היינט איז שוין דערנאך, מארגן. מארגן גיי איך אנהייבן זיך צו האלטן ריין.

ווער זאגט אז דאס איז א גוטע וועג פון פרובירן ארויסקריכן פון דעם אדיקשאן?

טראכט אריין: ווען דו טראכסט ביי דיר, מארגן גיי איך אנהייבן צו ציילן ריינע טעג, זאגסטו פאר דיר אליין "איך קען נישט גארנישט". און דאס מיינט אז דו זאגסט פאר דיר אליין "איך האב מיך נישט ליב, איך וויל נישט מער זיין מיט מיר אליין". "איך בין עקלדיג". "נאר אויב איך גיי  מארגן אנהייבן ציילן בין איך עפעס ווערד".

יעצט, איך וואונדער מיך, און צי וואונדערסטעך אויך?

מאכט דען נישט דאס אז מ'זאל נאכמער וועלן אנטלויפן פון זיך אליין, און נאכמער דארפן דורכפאלן?

טאקע דאס אליין אז דו ווילסט ציילן, מאכט אז ס'זאל דיר זיין שווערער צו ציילן.

און לאמיר געדענקען זייער גוט. אז מ'עקלט זיך פון זיך אליין, אז מ'איז נישט צופרידן מיט זיך אליין, וויל מען פון דעם אנטלויפן. נישט אזוי? און דער קערפער ווייסט פון זייער א גרינגע וועג.

איז וואס איז די עצה?

די עצה איז, די וועג ארויס האט נישט צו טון דוקא מיט ריינע טעג. עס האט צו טון מיט דיין אויפמערקזאמקייט. און ביי אויפמערקזאמקייט איז נישטא אזא זאך ווי: איך דארף נאכאמאל אנהייבן פון אנהייב. עס איז נישטא.

איך זאג נישט מיט א זיכערקייט וואס איך שרייב דא. איך דארף ענקער input. ענק זענען די וואס קענען מיר העלפן פארשטיין דעם אמת פון די זאך.

איך טראכט אז ס'איז די יעצטיגער מאמענט וואס דו האסט א בחירה צו ווערן מער אויפמערקזאם וואס עס קומט פאר מיט דיר. עס איז די יעצטיגע מאמענט וואס דו קענסט טראכטן צו שפירן ביי דיך אז דו ביסט ווערד, און נישט האבן לאו סעלף עסטים. נישט האבן אין דיר אז דו ביסט א עקלדיגע זאך וואס עס לוינט נישט צו זיין.

אסאך מאל וויל איך זאגן א שארפע אויסדרוק, און אסאך מאל טראכט איך אז ס'איז אמת. און עס לויפט אזוי.

דער וואס פאלט נישט דורך איז, ווייל ער ווייסט אז ער איז נאכקיינמאל נישט דורכגעפאלן. און ער ווייסט אז ס'לוינט זיך אים נישט זיך צו פארפאטשקענען. נישט קיין חילוק ווי שטארק די תאווה זאל אין אים ברענען, וועט ער עס נישט נאכגעבן בשום פנים ואופן, פארוואס? ווייל ער ווייסט אז ער איז נאכקיינמאל נישט דורכגעפאלן, פארוואס זאל ער עס טון? עס לוינט אים נישט.

און קיינמאל מיינט נישט דוקא קיינמאל, עס מיינט אז ער איז בכלל נישט א מענטש וואס פאלט דורך.

אבער איינער וואס פאלט דורך, קלער איך אז ער פאלט דורך ווייל ער האט זיך שוין מסדר געווען אז "איך האב שוין מילא דורכגעפאלן, וואס גייט מיך שאטן נאך די איינמאל"

קלער איך, אז די סיבה פון זיך איינהאלטן פון א דורכפאלן, איז ווען דער מענטש ווייסט: איך גיי עפעס האבן פון זיך אייהאלטן. קומט אויס פון דעם, אז כדי ארויסצוקריכן דערפון, מוז א מענטש האבן דעם ערשטן סיבה פארוואס עס לוינט אים צו בלייבן ריין.

נו, וויאזוי שאפט מען דעם ערשטן סיבה? מ'קען טאקע נישט. מ'דארף דערליידן אז מ'האט נישט קיין סיבה, נאר לשם שמים.

דאס מיינט אז מיר דארפן ווערן אויפמערקזאם, אויף דעם אליין. דאס אליין איז ווייטאגליך, "וואס גיי איך האבן פון יעצט זיך איינהאלטן". דאס איז פונקט אזוי אזאך וואס מיר דארפן ווערן אויפמערקזאם, און טאקע דאס, וויסן ביי זיך אז איך בין א מענטש וואס איז ביז יעצט דורכגעפאלן, טאקע דאס פאדערט עבודה, אז מ'זאל פון דעם אליין נישט ווערן געפאלן. און מ'זאל זיך שטארקן.

ווייל לאמיר איבער'חזר'ן: זיך שפירן געפאלן, ברענגט דעם אדיקשאן.

יעצט, וויאזוי איז מעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אויב דער מענטש איז צעבראכן אז ער איז ביז יעצט דורכגעפאלן?

אין אנדערע ווערטער: וויאזוי איז מעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אויב מ'וויל ארויסקריכן?

דערפאר טראכט איך, אז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך איז, אז מ'זאל זעהן וויאזוי מ'וויל ווערן געפאלן ביי זיך פון דעם אליין אז מ'וויל ארויסקריכן. דאס איז די ערשטע אויפמערקזאמקייט. נישוט זיין געפאלן ביי זיך

און נאכדעם, אז מ'לאזט זיך נישט ווערן געפאלן ביי זיך, מ'האלט זיך ווייטער חשוב טראץ דעם וואס מ'וויל ארויסקריכן. איז מען שוין נישט אין פאזיציע פון זיך אוועקמאכן, איז מען שוין נישט אין א פאזיציע פון זיך נישט ליב האבן, איז מען שוין נישט אין פאזיציע פון אנטלויפן פון זיך. איז מען אין א פאזיציע פון אויפגעלייגטקייט. און ריינקייט.

און דער אייבערשטער זאל העלפן

לעצט פארראכטן: כ"ג סיון התש"פ 15:23 דורך הכנעה.

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ב סיון התש"פ 16:56 #267192

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3

בסיעתא דשמיא

לאמיר אביסל מסביר זיין וואס איך קלער אין דעם נושא.

די ערשטע רגע א מענטש טראכט אז ער וויל ארויסקריכן פון דעם, זאל ער נישט טראכטן "איך וויל ארויסקריכן פון דעם"

וויאזוי פונקטליך ווילסטו ארויסקריכן פון דעם? וואס ווילסטו טון? לאדיך אפ פון וועלן ארויסקריכן פון דעם.

ווען עס פאלט דיך ביי אז דו ווילסט פון דעם ארויסקריכן זאלסטו וויסן איין זאך, דו גייסט קיינמאל נישט ארויסקריכן פון דעם, לויט די וועג וויאזוי דו מיינסט אז דו גייסט ארויסקריכן דערפון. נאר דער אייבערשטער וועט דיך פון דעם ארויסנעמען.

ווען א מענטש איז אין א לאָך, און ער טראכט "איך וויל ארויסקריכן פון דא", טראכט ער ריכטיג. ווייל ער גייט צאמנעמען זיינע כוחות און ער גייט טון פארשידענע פעולות כדי ארויסצוקריכן פון דעם לאך. ער גייט טרעפן אביעקטן אויף וואס זיך ארויפצושטעלן, און ער גייט טון זאכן זיך צו זעהן אינדרויסן.

ווען א מענטש ווייסט אז ער איז אין א אדיקשאן, קען ער נישט טראכטן "איך וויל פון דעם ארויסקריכן".

וועסט פרעגן א מענטש וואס איז שוין ארויסגעקראכן "וויאזוי ביסטו ארויסגעקראכן?" וועט ער דיך ענטפערן: איך ווייס נישט. איין טאג האב איך באמערקט אז איך בין אינדרויסן.

פרוביר נישט ארויסצוקריכן, ווייל ס'איז אזוי ווי דו זאלסט זאגן אז איינס מיט איינס איז דריי.

וואס יא?

די ערשטע רגע - איך שרייב נאר וואס איך טראכט יעצט - זאלסטו טראכטן ביי דיר אז דו ביסט קיינמאל נישט דורכגעפאלן און עס נישטא פון וואס ארויסצוקריכן. דאס איז זייער שווער צו טון, אבער דאס איז אונזער אויפגאבע.

אויב ביסטו אינמיטן די תאווה, איז א אנדערע שמועס. וועל איך בעזרת השי"ת שרייבן שפעטער.

אבער אויב ביסטו אין א מצב פון וועלן ארויסקריכן, דארפסטו נאר איין זאך טון, און דאס איז: וואס קומט יעצט פאר מיט מיר. וויאזוי איז יעצט מיין סעלף עסטים? צו נעם איך מיין יצר הרע אלץ א פאקט וואס זאגט גארנישט וועגן מיין אייגענעם ווערד? צו געב איך אויף אויף קאנטראל און איך לאז מיך פירן פון באשעפער, פון מיין חלק אלוק ממעל וואס איך האב אין באשעפער? צו וויל איך זיין מאראליש? צו געב איך אויף אויף אוממאראלישקייט? צו בין איך מיט מיר? צו וויל איך אנטלויפן פון מיר אליין, אדער איך וויל זיין מיט מיר אליין?

מער ווי דעם גייסטו קיינמאל נישט קענען טון. דו קענסט טון איין זאך: ווערן אויפמערקזאם. דאס איז וואס דו קענסט.

די איינציגע זאך וואס דו קענסט טראכטן און איך אויך, איז: יעצט בין איך א יוד און יעצט דארף איך וועלן פיינט האבן דעם תאווה בתכלית, (אויב דו שפירסט אז דיין הארץ וויל עס, טראכט: מיין הארץ וויל עס יא, מיין הארץ האט עס זייער ליב, און עס מיינט נישט אז איך בין עקלדיג. איך גיי מיך נישט לאזן ווערן צעקנאקט מיין זעלבסט ווערד וועגן דעם.)

איך גיי טון איין זאך: פון היינט און ווייטער גיי איך בויען מיין אויפמערקזאמקייט וואס עס קומט פאר מיט מיר אליין. איך גיי נישט לאזן אריינקומען דער תאווה אן דעם וואס איך גיי וויסן דערפון. און איך גיי מיטהאלטן וויאזוי עס קומט אריין, און וויאזוי עס וויל, איך גיי וויסן דערפון. איך גיי וויסן דערפון, און איך גיי עס באהאנדלן.

איך גיי באמערקן וויאזוי איך וויל אנהייבן זיך צו שפירן צעקלאפט? וויאזוי איך וויל אנהייבן אריינצופאלן אין זיך אוועקמאכן.

אבער די ערשטע זאך: אנטלויפן פון זיין אומצופרידן מיט זיך אליין. אויב מ'שפירט זיך ווי א שייגעץ גייט מען עס דארפן טון. פארוואס? ווייל דו האסט פיינט א שייגעץ! ווער וויל זיין א שייגעץ? מ'זוכט גראד א וועג ארויס. נישט דו, דיין מיינד.

די שווערסטע זאך איז צו וויסן ביי זיך אז נישט קיין חילוק וואס איך בין אלץ א דורך, און וואס איך גיי אדורך גיין, בין איך נישט געפאלן ביי מיר אליין. איך האב מיך ליב.

ווי מער דו גייסט טראכטן: איך וויל ווערן אויפמערקזאם אויף וואס עס געשעהט מיט מיר, אלץ מער גייסטו ווערן שטערקער. עס האט נישט צו טון, צו דו פאלסט יא, צו דו פאלסט נישט, עס האט נישט צו טון.

די געפיל: אך, ווייטער בין איך אדורכגעפאלן. אדער "היינט אינדערפרי האב איך געהאט א דורכפאל". אזאנע געפילן מאכן קאליע. אדער "וויאזוי קען זיין אז איך בין דורכגעפאלן?" אזאנע געפילן מיינען אז דו פרובירסט צו טון זאכן וואס דו קענסט נישט.

פון היינט און ווייטער איז אונזער אויפגאבע בעזרת השי"ת צו מיטהאלטן וואס עס קומט פאר מיט אונזער קערפער. מיטהאלטן ווען א תאווה קומט אריין אין אונז. און אויך זייער וויכטיג, מיטהאלטן ווען מיר ווילן ווערן צעבראכן.

און דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן וועלן אמת'דיג זיין אזוי ווי ער וויל. דאס אלעס.

לעצט פארראכטן: כ"ג סיון התש"פ 15:33 דורך הכנעה.

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ב סיון התש"פ 17:15 #267193

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לויט וויאזוי איך וויל זאגן ביז אהער איז, אז ארויסקריכן פון דעם אדיקשאן האט נאכנישט צו טון מיט וויפיל ריינע טעג מ'האט שוין געציילט, נאר עס האט צו טון מיט'ן קענען כאפן וואס דו טראכסט יעצט בשעת דו ליינסט די שורות, און אויב דו קענסט כאפן וואס ס'קומט פאר מיט דיין קערפער און מיט דיינע מחשבות און רצונות.

איך וויל מער אילוסטרירן וואס איך וויל ארויסברענגען.

א מענטש קומט אהיים פון שאפינג, און א געדאנק קומט אים אריין "ביסט נישט געווען אזוי אפגעהיטן, דו ווייסט?" "דו האסט נישט אזוי אכטונג (השם ישמור אותנו) געגעבן די אויגן פון קוקן וואס מ'טאר נישט" מיין מהלך וואס איך וויל פארשלאגן איז אז מ'זאל גראד טראכטן "וואס קומט יעצט פאר מיט מיר"

פארוואס ווען א מענטש טראכט "אך, פארוואס האב איך מיך נישט אכטונג געגעבן, איך, זאל נישט אכטונג געבן? איך האב יא געדארפט" פארוואס קען עס גאר שאדן מאכן. די סיבה איז, ווייל דו ווערסט צעשאקלט דערפון. און דו הייבסט אן זוכן א וועג וויאזוי דו קענסט פטור ווערן פון דיך אליין. דו הייבסט דיך אן נישט צו דערליידן

און וואס געשעהט ווען מ'דערליידט זיך נישט? מ'ווערט נישט ערליכער. די קערפער הייבט אן פלאנירן א נייע תאווה. מ'ווערט unease. און די גאנצע סיבה פארוואס מ'האט נישט אכטונג געגעבן די אויגן איז דאך נאר ווייל מ'איז נישט געווען אויפמערקזאם וואס ס'טוט זיך מיט זיך אליין.

אבער אויב מ'טראכט: וואס קומט יעצט פאר מיט מיר אליין. און מ'לייגט צו: דאס איז וואס איך וויל מיך איינגעוואוינען צו טון. איך וויל אנהייבן צו וויסן וואס ס'טוט זיך מיט מיר אליין. דאס איז דער עיקר וואס איך דארף  טון.

וועט השי"ת העלפן.
לעצט פארראכטן: כ"ג סיון התש"פ 15:39 דורך הכנעה.

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ב סיון התש"פ 18:42 #267197

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3

בסיעתא דשמיא

ס'דא א שיטה וואס האלט אז אויב מ'איז אויפמערקזאם אויף די געפילן, קען עס נישט האבן אזא שטארקע שליטה אויף דיר. איך וויל וויסן צו אזא מהלך קען העלפן.

יעצט, וויאזוי קום איך אן צו ווערן אויפמערקזאם אויף אלע מיינע געפילן. emotions.

די ערשטע זאך וואס מ'דארף טון, איז דו דארפסט קענען כאפן "וואס פיל איך עכט". אדער "וויאזוי פיל איך יעצט". און דו דארפסט אויך קענען כאפן "וואס וויל איך יעצט טון וועגן דעם".

נישט אלעמאל איז שייך פאר א מענטש צו כאפן "וואס פיל איך יעצט". אדער "וואס שפיר איך יעצט", צומאל דארף מען פשוט אנגיין ווייטער כדי מ'זאל עס קענען אויפכאפן.

ס'דא דריי צענטערן אין א מענטש. די מחשבה צענטער. די געפילן צענטער. און די רצון צו טון מעשה.

אין די פסוק ולא תתורו אחרי לבבכם זעהט מען אלע דריי. די אויגן איז די מחשבה צענטער. די הארץ איז די געפילן צענטער, און די כלי מעשה איז די רצון צו טון מעשה.

דאס וואס א מענטש עקט וואס מ'טאר נישט, קומט פון מעשה צענטער. די עמאושענס וואס א מענטש האט שטופט אים צו טון א מעשה. נאך סך איידער דער מענטש טוט עס, וויל ער עס טון.

נישט אלעמאל ווייסט א מענטש וואס ער טראכט, אדער וואס ער פילט, אדער וואס ער וויל טון. די סיבה פארוואס א עמאושן נעמט איבער א מענטש אזוי שטארק איז ווייל מ'איז נישט אויפמערקזאם וואס ס'טוט זיך מיט זיך אליין. ווער אויפמערקזאם, באקום שליטה.

פארוואס ווען א מענטש ווערט אויפמערקזאם אויף וואס ער פילט, אדער וואס ער טראכט, אדער וואס ער וויל טון, פארוואס מאכט דאס אז מ'זאל באקומען א שליטה אויף זיך אליין? די ענטפער איז, ווייל דיין שכל מישט זיך אריין. דאס מיינט מח שליט על הלב. דער מח באקומט צוטריט צו די אלע זאכן

אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות. מיט דעם וואס מ'ווערט אויפמערקזאם, טוט מען אינפילטערירן די רוח שטות.

א מענטש קען לעבן מיט זיך אליין, אבער ער כאפט נישט וואס ער טראכט, ער כאפט נישט וואס ער פילט, און ער כאפט נישט וואס ער וויל טון. דאס איז א באזונדערע זאך צו קענען כאפן וואס מ'טראכט, מ'פילט, און מ'וויל טון.

די רגע עס געלונגט דיר צו כאפן וואס דו שפירסט, וויאזוי דו שפירסט דיין קערפער, וואס שפירסטו וויל דיין קערפער. וואס עס טראכט זיך דיר, וואס דו ווילסט טון דערוועגן. זאלסטו עס נישט אפלאזן נאר זאלסט עס באטראכטן ווי כאילו דו זעהסט עס די ערשטע מאל אין דיין לעבן.

(דאס האט ווארשיינליך אויסנאמס פעלער, עמער זיך נאך אויסשמועסן)

די רגע דו ווייסט וואס דו פילסט, אדער וואס דו ווילסט טון, זאלסטו אויך טראכטן אן קיין judgment. "איך פיל אזוי און אזוי". אלץ א פאקט. איך בין נישט מסכים דערצו. אבער דאס אליין אז איך פיל אזוי מיינט גארנישט וועגן מיר.

איך האב שוין געשריבן אז ווען  א מענטש מיינט אז עפעס איז ראנג מיט אים, גייט ער נאר וועלן אנטלויפן פון זיך אליין.

לאמיר זיך דערגרינטעווען אין די עצם עקזיסטענץ פון judgment. וואס מיינט עס?

משפט.

משפט מיינט אז א מענטש האט פאר זיך א וועג וואסערע מחשבה עס מעג אריינקומען אין אים, און וואסערע זאך ער מעג וועלן טון. און וויאזוי ער מעג פילן.

דאס איז נישט ריכטיג.

אלע מינים מחשבות, אלע מינים געפילן, אלע רצונות צו טון סיי וואס מעגן אריינקומען אין א מענטש. א מענטש האט א יצר הרע.

וואס יא?

א מענטש דארף זיך אויסלערנען נישט מסכים צו זיין חלילה מיט אט די מחשבות, און געפילן, און רצונות צו טון פארשידענע מעשים. אבער אריינקומען מעג עס. עס איז א פאקט אז ס'איז אריינגעקומען.

ביז אהער האמיר אזוי: אויפכאפן וואס מ'טראכט, וואס מ'פילט, וואס מ'שפירט, און וואס מ'וויל טון.

דאס איז די זאך וואס פאדערט עבודה. אזוי מיין איך. איך קלער וואס האט מען פון ציילן, כאילו אויב מ'פאלט דורך איז מען גארנישט מער ווערד

איך טראכט אז ס'איז בעסער - אפשר - אויב מ'ארבעט צו קענען אויפכאפן וואס מ'טראכט, קענען אויפכאפן וואס מ'שפירט, קענען אויפכאפן וואס מ'וויל טון. און נישט נאר אז מ'זאל עס אויפכאפן כאפ-לאפ, נאר טאקע אזוי ווי מ'זעהט עס יעצט די ערשטע מאל אין לעבן. און נאכדעם עס אוועקנעמען פון די ענין פון משפט.

דאס איז לפי עניית דעתי וויכטיגער פון ציילן.

יעצט, וואס מיינט אז מ'זאל וויסן ביי זיך אז וואס מ'פילט איז א פאקט.

ס'מיינט אז מ'זאל וויסן ביי זיך אזוי און אזוי פיל איך יעצט. דאס איז די פאקט. נישט: "וועגן דעם בין איך עפעס ראנג".

נאכדעם איז דא נאך זאכן וואס מ'קען טון.

און דער אייבערשטער זאל העלפן.

לעצט פארראכטן: כ"ג סיון התש"פ 16:03 דורך הכנעה.

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ב סיון התש"פ 18:44 #267198

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 491 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1096
  • האט שוין געלייקט: 842 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2102 מאל
  • קאָרמא: 47

קודם שלום עליכם פאר אונזער נייער חבר!
און מזל טוב פאר דיין נייע טרעד.

אין איין ווארט פארשטיי איך אז דו האסט מסביר געווען אז ווען א מענטש איז אומצופרידן, און ער האט פארשידענע זאכן וואס גייען אים נישט ווי געפלאנט, ווערט ער צובראכן, וואס דאס פירט אים צו זיין אדיקשאן.

דער ענטפער פאר אזא איינעם, איז די 12 סטעפס פראגראם (אויב ער איז אן עדיק), ס'דא פארשידענע פראגראמען דערויף ווי מען פראקטעצירט די סטעפס, זה בכה וזה בכה, יעדער אויף זיין וועג וואס דער סעפעציפישער פראגראם שטעלט צו, אבער הצד השווה, אז מען ארבעט די סטעפס, וואס דאס איז דער איינציגסטע הייל מיטל פאר אונזער עדיקשאן.

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ב סיון התש"פ 19:09 #267200

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3
אחכה לו געשריבן on כ"ב סיון התש"פ 18:44:

קודם שלום עליכם פאר אונזער נייער חבר!
און מזל טוב פאר דיין נייע טרעד.

אין איין ווארט פארשטיי איך אז דו האסט מסביר געווען אז ווען א מענטש איז אומצופרידן, און ער האט פארשידענע זאכן וואס גייען אים נישט ווי געפלאנט, ווערט ער צובראכן, וואס דאס פירט אים צו זיין אדיקשאן.

דער ענטפער פאר אזא איינעם, איז די 12 סטעפס פראגראם (אויב ער איז אן עדיק), ס'דא פארשידענע פראגראמען דערויף ווי מען פראקטעצירט די סטעפס, זה בכה וזה בכה, יעדער אויף זיין וועג וואס דער סעפעציפישער פראגראם שטעלט צו, אבער הצד השווה, אז מען ארבעט די סטעפס, וואס דאס איז דער איינציגסטע הייל מיטל פאר אונזער עדיקשאן.


די בעסטע הייל מיטל איז די צוועלעף סטעפס. די שאלה איז, פארוואס העלפט די צוועלעף סטעפ? איז דא וואס ווילן זאגן אז דער עיקר פארוואס ס'העלפט איז ווייל דער מענטש געט אויף אויף זיך אליין.

ווייל מ'קומט אן צו די הכרה אז נאר דער אייבערשטער איז דער וואס קען העלפן. וואס דאס איז דער אמת. דערפאר געט מען אויף אויף צו לעבן הפקר.

די סיבה פארוואס די צוועלעף סטעפ ארבעט איז נאר ווייל דער מענטש פלאגט זיך אויס פון זיין אינערליכער פארריקטע מאשין. ער געט אויף. און עס לעשט זיך אויס. און דאן איז צייט זיך צו טוישן.

ס'איז בלויז דא צוויי מאשינען וואס קענען ווירקן אין א מענטש, איינס איז מאראל, דאס איז די רצון השי"ת. און די צווייטע איז אוממאראליש.

ווען א מענטש גייט איין צו טון די צוועלעף סטעפ, לאזט ער זיך אפ פון זיך אויפפירן אוממאראליש. און ער הייבט אן זיך אויפצופירן מאראליש. ס'ארבעט זייער פשוט און גראד.

דאס מיינט אבער נאכנישט אז דער יצר הרע ווערט אפגע'ממית'ט פון א מענטש. דער מענטש דארף זיך נאך אלץ שלאגן מיט זיין יצר. איז איינע פון די וועגן איז די וועג וואס איך האב דא געשריבן. וואס קען זיין בייהילפיג.

און דער אייבערשטער זאל העלפן

לעצט פארראכטן: כ"ב סיון התש"פ 19:13 דורך הכנעה.

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ב סיון התש"פ 19:56 #267202

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3
בס"ד
די ערשטע סטעפ איז: גענצליך מודה זיין אז מ'איז מאכטלאז. "איך בין אינגאנצן מודה אז איך קען נישט ארויסקריכן דערפון" "אפילו איך זאל זוכן אין מיין גאנצע איך, קען איך נישט טרעפן קיין שום וועג וויאזוי פון דעם ארויסצוקריכן".

די ערשטע סטעפ פון די צוועלעף סטעפ מאכט אז דער מענטש זאל פשוט אויסלעשן זיין גאנצע וועג פון אנגיין. דאס מאכט אז דער מענטש זאל ווערן גרייט אריינצונעמען אין זיך דעם מאראלישן וועג פון לעבן.

ווילאנג דער מענטש האט נאך א פלאן וויאזוי ארויסצוקריכן פון דעם, איז ער נישט גרייט צו לעבן מאראליש. ווייל זיין גאנצע וועג פון אנגיין אין לעבן איז קרום. און אפילו זיין פלאן וויאזוי ארויסצוקריכן איז אויך קרום. עס איז אלעס אינפעקטירט. ער דארף זיך אינגאנצן אפלאזן דערפון. אבער אינגאנצן.

די צווייטע סטעפ איז: עס איז דא כח וואס איז מער ווי איך בין מיט מיינע אייגענע כוחות, וואס קען מיך העלפן.

דא איז ווי דער מענטש הייבט אן זיך אפצולאזן פון זיך אליין, און ער הייבט אן צו זוכן אין זיך גא-ט ב"ה, דעם אייגענעם חלק אלוק ממעל. די אייגענע מאראלישקייט.

אינ'אמת'ן איז עס: איך בין קאנעקטעד צו א מאכט וואס אויב איך לאז מיך פירן פון אים, קען עס מיך העלפן. עס איז נישט איך, עס איז א דער באשעפער אליין, עס איז די מאראלישע וועג פון לעבן, און נאר דאס קען מיר העלפן.

איז ווייטער די זעלבע זאך. זיך אפצולאזן פון די אייגענע וועג וויאזוי מ'פלאנט ארויסצוקריכן, ווייל אלעס אין מיר איז קרום, און אינפעקטירט. און איך דארף מיך אינגאנצן מקשר זיין צו מיין חלק אלוק ממעל. דאס מיינט אז דער מענטש ווערט קאנעקטעד צו זיין אריינגעבויטן אמת.

די דריטע סטעפ איז, באשליסן אז דער אייבערשטער זאל קער נעמען.

וואס דאס טוט פאר א מענטש איז, אז נאכדעם וואס ער לאזט זיך אפ פון זיין אייגענעם פלאן וויאזוי ארויסצוקריכן, איז ער משליט אויף זיך זיין אייגענעם חלק אלוק ממעל. זיין אייגענעם מאראל.

די פערטע סטעפ איז, אז מ'זאל זאגן אז מ'וויל זיין מאראליש. און מודה זיין וואו מ'איז אלץ נישט געווען מאראליש. איז דאס ווייטער די ענין פון אויפגעבן אויף אוממארלישקייט און משליט זיין אויף זיך די מאראלישקייט

די פיפטע סטעפ איז, אז מ'זאל מודה זיין אז מ'איז געווען ראנג, און וואו און מיט וואס מ'איז געווען ראנג. און דאס איז נישט מער ווי זיך אפלאזן פון זיך אליין, פון די אוממארלישקייט.

די זעקסטע סטעפ איז ווייטער "מיר זענען אינגאנצן גרייט אז דער אייבערשטער זאל אונז רייניגן"

דאס מיינט אז דער מענטש נאכ'ן זיך אפלאזן פון זיך אליין, איז ער משליט אויף זיך זיין אייגענעם חלק אלוק ממעל. און אין די רגע דער מענטש איז משליט אויף זיך זיין חלק אלוק ממעל, וויל ער נאר טון אזוי ווי פון וואו ער איז א חלק.

ווען א מענטש זאגן: השי"ת דו רייניג מיך. מיינט דאס אז דער מענטש איז מסכים צו די זייף וואס השי"ת שווענקט אויף אים. ער איז מסכים צו לעבן מיט די טהרה פון השי"ת.

די זיבעטע סטעפ איז, "בעטן פון השי"ת מיט הכנעה אז ער זאל אונז העלפן".

דאס טוט ווייטער די זעלבע זאך. דער מענטש מאכט אז עס זאל געוועלטיגן אויף זיין אייגענעם חלק אלוק ממעל. די הכנעה מאכט אז דער מענטש זאל זיך אינגאנצן אפלאזן פון זיך אליין.

און די אכטע און די ניינטע סטעפ איז, אז מ'זאל איבערבעטן וועם מ'האט געטשעפעט. און דאס איז נישט מער ווי ארויסקריכן פון אוממאראלישקייט. און משליט זיין אויף זיך די חלק אלוק ממעל. די מאראלישקייט.

ווען א מענטש בעהט נישט איבער, ווייסט ער אז ער האט געטון ראנג. און כדי צו אנגיין מיט'ן לעבן, טראץ דעם וואס מ'ווייסט אז מ'האט געטון ראנג, מוז מען לעבן אוממאראליש. אבער ווען מ'בעהט איבער, מוז מען מער נישט לעבן אוממאראליש. און מ'קען רואיג משליט זיין אויף זיך די חלק אלוק ממעל.

די צענטע סטעפ איז ווייטער די זעלבע זאך: מ'זאל מודה זיין ווען מ'איז נישט גוט. און? וואס מיינט עס? דאס איז נישט מער ווי זיך אפלאזן פון זיך אליין, און זיך איבערגעבן אז די מאראל זאל פירן.

און די זעלבע איז די עלפטע און די צוועלפטע סטעפ.

די עלפטע סטעפ איז טרעפן די מאראל אין זיך. טרעפן די אייגענעם חלק אלוק ממעל.

און די צוועלפטע סטעפ איז די זעלבע זאך

אלעס איז א וועג וויאזוי זיך אפצולאזן פון די אוממאראלישקייט און ווערן מאראל. און עס איז דא נאר איין וועג, דאס איז די וועג צוריק צום אמת. דער אמת אז מ'איז א חלק אלוק ממעל.
לעצט פארראכטן: כ"ו סיון התש"פ 19:59 דורך הכנעה.

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ב סיון התש"פ 20:17 #267203

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 112
  • האט שוין געלייקט: 35 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
  • קאָרמא: 1
איינצוגסטע?

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ב סיון התש"פ 20:21 #267205

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 112
  • האט שוין געלייקט: 35 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
  • קאָרמא: 1
אחכה לו געשריבן on כ"ב סיון התש"פ 18:44:

קודם שלום עליכם פאר אונזער נייער חבר!
און מזל טוב פאר דיין נייע טרעד.

אין איין ווארט פארשטיי איך אז דו האסט מסביר געווען אז ווען א מענטש איז אומצופרידן, און ער האט פארשידענע זאכן וואס גייען אים נישט ווי געפלאנט, ווערט ער צובראכן, וואס דאס פירט אים צו זיין אדיקשאן.

דער ענטפער פאר אזא איינעם, איז די 12 סטעפס פראגראם (אויב ער איז אן עדיק), ס'דא פארשידענע פראגראמען דערויף ווי מען פראקטעצירט די סטעפס, זה בכה וזה בכה, יעדער אויף זיין וועג וואס דער סעפעציפישער פראגראם שטעלט צו, אבער הצד השווה, אז מען ארבעט די סטעפס, וואס דאס איז דער איינציגסטע הייל מיטל פאר אונזער עדיקשאן.


איינצוגסטע?

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ב סיון התש"פ 22:01 #267206

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3
בס"ד


יעדער קען פארשטייין אז די סיבה פארוואס מ'פאלט אדורך איז ווייל די emotions וואס דרייווען דורכצופאלן זענען צו שטארק, און זיי נעמען איבער, און מ'קען זיך נישט שלאגן דערמיט.

מ'שפירט אז די איינציגע וועג וויאזוי דאס דורכצוגיין איז נאר ארויסגעבן די געפילן. ארויסגעבן די emotions.

דאס האט נישט צו טון מיט וועלן זיין מאראליש. א מענטש וויל זייער שטארק זיין מאראליש, און דא האט ער אויסטערלישע שטארקע עמאושנס וואס די איינציגע עצה דערצו איז עס נאכצוגעבן חלילה.

מ'קען זיין זייער א גרויסע צדיק אבער עס איז די געפילן, די עמאושנס וואס זענען צו שטארק. עס איז די עמאושענס וואס מ'דארף טרעפן א וועג וויאזוי צו האבן שליטה דערויף.

איז דא א מהלך וואס קומט פון DBT, און עס האלט אז ווען א מענטש כאפט אויף זיינע עמאושנס, און ער בארואיגט זיך דורך א אטעם, און ער טוט פעולות צוריקצוקומען צו זיך אליין. באקומט ער שליטה דערויף.
זייער מעגליך אז די סיבה פארוואס די צוועלעף סטעפ ארבעטן ווען מ'האט א לעבעדיגע גרופע איז, ווייל דער מענטש ווערט מער אויפמערקזאם אויף זיך אליין.

לאמיר זאגן א מענטש. ער קומט אין ביהמ"ד, אדער צו א חתונה, און ער באקומט הרהורים, און ער האלט קאפ אויף וואס ער פילט.

"יעצט פיל איך צו דעם און דעם אזוי און אזוי", "איך בין טאקע נישט מסכים דערצו". און אזוי ווייטער און ווייטער.

באקומט דער מענטש א שליטה.

סאו, די ערשטע סטעפ איז: טרעף אין דיר וואס דו פילסט יעצט. אז ס'גייט גייט עס אז נישט גיי אן ווייטער און דאן פרוביר דאס אויפצוכאפן.

די צווייטע סטעפ איז: אידענטיפיציר וואס דו ווילסט טון וועגן דו האסט אזעלכע געפילן. דא אויך, אויב דו כאפסט עס, איז גוט, אויב נישט גיי אן ווייטער און אפשר וועסטעס נאכדעם כאפן.

די דריטע סטעפ איז: באמערק עס ווי דו זעהסטעס די ערשטע מאל אין דיין לעבן. ווען דו זעהסט אזאך די ערשטע מאל אין דיין לעבן, וועסטו דאס גוט באטראכטן. wow

די פערטע סטעפ איז: טראכט אין דיר, די פאקט מיט מיר איז אז איך פיל אזוי און אזוי. נישט, אוי רבש"ע איך פיל אזוי און אזוי, וואס גייט זיין. אוי רבש"ע איך האב מורא אז איך גיי דורכפאלן.

די פיפטע סטעפ איז: אטעם. פאוקוסיר אויף דיין אטעם.

די זעקסטע סטעפ איז: לאז דיך לויז. עפן אויף דיין קערפער. לאז נאך דיין שטייפקייט. ווער נישט טייט. גייסטעס קענען באווייזן. אבער לאז נאך דיינע מוסקלן, און בכלל עפן דיך אויף.

די זיבעטע סטעפ איז: קום צוריק צו דיר אליין. זעה ווי דו ביסט דא. דא וואו דו ביסט. קום צוריק צו דיר אליין.

און די אכטע סטעפ איז: זעה ווי די גאנצע זאך איז נאר א כוואליע וואס גייט אריבער

עס האט נישט צו טון צו איך בין יא דורכגעפאלן, צו איך בין נישט דורכגעפאלן. (חלילה מ'טאר נישט, אבער די כוחות דארף מען פארלייגן אויף ווערן אויפמערקזאם) עס האט אבער יא צו טון צו מ'פרובירט צו ווערן אויפמערקזאם אויף זיך אליין צו נישט.

אויף דעם דארף מען פארלייגן כוחות. אויף מח שליט על הלב.

און דער אייבערשטער זאל העלפן.
לעצט פארראכטן: כ"ב סיון התש"פ 22:06 דורך הכנעה.

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ג סיון התש"פ 12:41 #267217

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 491 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1096
  • האט שוין געלייקט: 842 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2102 מאל
  • קאָרמא: 47
געטרייע יוד געשריבן on כ"ב סיון התש"פ 20:21:

אחכה לו געשריבן on כ"ב סיון התש"פ 18:44:

קודם שלום עליכם פאר אונזער נייער חבר!
און מזל טוב פאר דיין נייע טרעד.

אין איין ווארט פארשטיי איך אז דו האסט מסביר געווען אז ווען א מענטש איז אומצופרידן, און ער האט פארשידענע זאכן וואס גייען אים נישט ווי געפלאנט, ווערט ער צובראכן, וואס דאס פירט אים צו זיין אדיקשאן.

דער ענטפער פאר אזא איינעם, איז די 12 סטעפס פראגראם (אויב ער איז אן עדיק), ס'דא פארשידענע פראגראמען דערויף ווי מען פראקטעצירט די סטעפס, זה בכה וזה בכה, יעדער אויף זיין וועג וואס דער סעפעציפישער פראגראם שטעלט צו, אבער הצד השווה, אז מען ארבעט די סטעפס, וואס דאס איז דער איינציגסטע הייל מיטל פאר אונזער עדיקשאן.


איינצוגסטע?


איך האב מיר נישט אזוי גוט ארויסגעברענגט.

עס איז נישט ממש "דער איינציגסטער" הייל מיטל ממש, עס איז דא יחידים וואס איך האב געהערט אז זיי זענען געהאלפן געווארן דורך טעראפי אויך, און עס איז דא וואס זענען געהאלפן געווארן דורך אנדערע מיטלען. און עס איז דא וואס די 12 סטעפס האט געהאלפן נאר מיט טרעראפי אינאיינעם.

אין פאקט, איז אבער דער 12 סטעפ פראגראם, א זאך וואס האט געהעלפן פאר די מערהייט פון עדיק'ס, און עס איז גאר עפעקטיוו, און דער סוקסעס ראטע דערפון איז %100 פאר ווער עס האט ערליך געארבעט דעם פראגראם.

דער באשעפער זאל העלפן יעדעם אנקומען צו דער ריכטיגער וועג, יעדער איינער ווי ער דארף, און דער באשעפער זאל יעדעם האלטן ריין.

לעצט פארראכטן: כ"ג סיון התש"פ 12:42 דורך אחכה לו.

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ד סיון התש"פ 02:36 #267232

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 220 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

א גוטן אלע טייערע חברים, אקדמות מילין וויל איך מקדים זיין, איך קען נישט ענטפערן וויאזוי עס שפירט איינער וואס איז נישט קיין עדיקט, ווייל איך קען נישט זאגן אויף א זאך וואס איך ווייס נישט.

פון די אנדערע זייט שרייבסטו אז ווען א מענטש שפירט אז ווען א מענטש שפירט אז ער איז מצליח זיך צו האלטן ריין געבט עס אים דעם כח צו גיין ווייטער, אבער אויב שפירט ער זיך אז ער איז א דורכפאל שלעפט עס אים נאך מער אראפ, דאס שפיר איך אויך אז דאס קען זיין אמת.

אבער איך וויל מיר שטעלן אויף די קעפל פון דעם טרעד, ״ווער זאגט אז ציילן איז די עיקר וואס העלפט״ מיין געפיל איז אז קיינער זאגט נישט אזוי, איך האב פון קיינעם נישט געהערט אז די עיקר איז ציילן, די עיקר וואס איך האב געהערט איז ״ביי יעדעם איינעם איז עס אנדערש״ נעם ארויס די האנט בוך, הייב אן אדורך ליינען און ארבעטן יעדע כלי באזונדער, זעה אויב עס ארבעט פאר דיר אדער נישט, און אויב נישט גיי צום קומענדיגן כלי, און אזוי ווייטער, איך האב פון קיינעם נישט געהערט אז ציילן איז די עיקר זאך וואס העלפט.

נאר וואס דען ציילן קען העלפן דעם מענטש אז ער זאל זיך נישט נארן, ער שפירט אז מער ווייניגער איז ער ריין, אבער אויב ער ציילט זעהט ער ווי ער האלט, צו עס ווערט אים יא בעסער אדער נישט, ווילאנג עס האלט אים באמת ריין, צו ער דארף צולייגן נאך עפעס אדער עפעס טוישן אין די וועג פון זיין ריקאווערי

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ד סיון התש"פ 05:34 #267233

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 124 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 142
  • האט שוין געלייקט: 203 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל
  • קאָרמא: 13

ביי מיר איז ציילן א מאטיוואציע, אבער נישט מער פון דעם, דאס מיינט אז ווען אימער די תאוה און עדיקשאן ערוועקט זיך איז דער גאנצע מאטיוואציע כחלום יעוף...

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ד סיון התש"פ 08:11 #267234

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 220 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52
שלום אהליך געשריבן on כ"ד סיון התש"פ 05:34:

ביי מיר איז ציילן א מאטיוואציע, אבער נישט מער פון דעם, דאס מיינט אז ווען אימער די תאוה און עדיקשאן ערוועקט זיך איז דער גאנצע מאטיוואציע כחלום יעוף...


עס ווערט געברענגט פון הייליגן ר"ר אלימלך אויפן רש"י להזהיר גדולים על הקטנים, אז ווען א אמענטש איז אין גדלות המוחין, דארף ער אריינשיינען אז ווען ער קומט אן צו קטנות המוחין, זאל די לעכטיגקייט וואס ער האט געהאט בשעת גדלות המוחין אים באגלייטן.

ר' נתן פון ברסלב שמועסט אויס ליקודטי הלכות, אז דער ייצה"ר איז א מומחה צו מאכן דעם מענטש פארגעסן. דהיינו, ער איז שוין אלט 30 יאר, און ער איז שוין אדורך אסאך שווערע מצבים אין לעבן, וואס ער האט נישט געזעהן קיין וועג ארויס, און דער אויבערשטער האט אים שטענדיג געהאלפן. אבער יעצט איז ער אנגעקומען צו א פרישע פראבלעם, און ער זארגט זיך שרעקליך, פארוואס פארשטייט ער נישט אז דער זעלבער אויבערשטער וואס האט אים געהאלפן ביז יעצט, וועט אים העלפן יעצט אויך ?

נאר דא קומט אריין דער ייצה"ר און ער מאכט אים פארגעסן אז דער אויבערשטער האט אים געהאלפן ביז יעצט, און אפילו ווען ער איז געווען אין שווערערע מצבים האט אים דער אויבערשטער געהאלפן, און וועגן דעם זארגט ער זיך. ממילא זאגט ער א מענטש זאל זיך אראפשרייבן אלע ישועות וואס דער אויבערשטער האט אים געהאלפן, און ער זאל האבן דעם ספר הזכרונות מיט זיך, און ווען אימער עס מאכט זיך אים א פראבלעם, זאל ער דאס עפענען, און אדורך ליינען, וועט דאס אים אריינברענגען ביטחון אין דעם הייליגן באשעפער, אז ער וועט אים ווייטער העלפן.

לענינינו! ביי מיר איז דאס ציילן מיין סטעפ 2, איך ווייס פונקטליך פון ווי איך קום, וויפיל איך האב פרובירט זיך צו האלטן ריין, און אז איך בין נישט אנגעקומען אין ערגעץ, אבער דא פלוצלונג ווען איך האב מיר איבער געגעבן פארן אויבערשטן, היט ער מיך אפ, און איך האלט שוין 193 ריינע טעג, דאס געבט מיר דעם שטארקייט, אז "יא דער אויבערשטער איז דא, און ער קען און וועט מיר האלטן ריין, אויב איך וועל אים זוכן."

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ד סיון התש"פ 15:42 #267244

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3

ביי מיר איז ציילן א מאטיוואציע, אבער נישט מער פון דעם, דאס מיינט אז ווען אימער די תאוה און עדיקשאן ערוועקט זיך איז דער גאנצע מאטיוואציע כחלום יעוף...


די גמרא זאגט דאך דאס, אויב דער אייבערשטער העלפט נישט, קען מען נישט. די שאלה איז וויאזוי מאכט מען אז דער אייבערשטער זאל העלפן. טאקע דאס אליין אז מ'ווייסט אז ס'איז כחלום יעוף, טאקע דאס אליין, מאכט אז דער מענטש זאל וויסן זיין נישטיגקייט. טאקע דאס אליין מאכט אז דער מענטש זאל זיך בייגן צום אייבערשטן. אבער נישט חלילה ווערן געפאלן ביי זיך, ווייל א נידעריגער זעלבסט שאץ רופט דעם יצר הרע. ווי איך האב עס שוין אויסגעשמועסט.

חזק, חזק, חזק.

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט כ"ד סיון התש"פ 16:09 #267250

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 124 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 142
  • האט שוין געלייקט: 203 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל
  • קאָרמא: 13
הכנעה געשריבן on כ"ד סיון התש"פ 15:42:


ביי מיר איז ציילן א מאטיוואציע, אבער נישט מער פון דעם, דאס מיינט אז ווען אימער די תאוה און עדיקשאן ערוועקט זיך איז דער גאנצע מאטיוואציע כחלום יעוף...


 טאקע דאס אליין אז מ'ווייסט אז ס'איז כחלום יעוף, טאקע דאס אליין, מאכט אז דער מענטש זאל וויסן זיין נישטיגקייט.


כ'וואלט ענדערשט געשריבן: טאקע דאס אליין, "קען מאכן" אז דער מענטש זאל וויסן זיין נישטיגקייט, און ווי הייליגער צדיק האט געשריבן אז נאר מיטן זיך פארלאזן אינגאנצען אויפן אויבערשטען קען מען געהאלפן ווערן מכל צוקה

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט ב' תמוז התש"פ 12:11 #267373

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 208 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 208
  • האט שוין געלייקט: 296 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 252 מאל
  • קאָרמא: 24

אויף דעם דארף מען פארלייגן כוחות. אויף מח שליט על הלב.


עס איז זייער א שווערע מערכה צו ארבעטן אויף מח שליט על הלב. ווען דער "לב" איז פריער און שטערקער ווי די מחשבה. עס א אנגייענדע לעבנס סטראגל. זיך קריגן מיט די געפיהלן. עס איז ענדערש צו אויסקלארן די געפיהלן אז דער "מח" זאל נישט דארפן שולט זיין. 

DBT איז זייער א גוטע מהלך אין קריזיס צייטן עס העלפט דעם מענטש זיך צו באלאנסירן אוון זיך קאנטראלירן אין קריזיס מצבים (פארשטייט זיך ווען מען טוט איז מיט אלע תנאים פון DBT)

עס איז אבער נישט קיין מהלך ווי אזוי א מענטש זאל באמת וועלן לעבן אגאנץ לעבן.
DBT ווערט גענוצט פאר NPD ,BPD Suicide, און Addictions.

 יונה'לע

ענטפער: ווער זאגט אז ציילן איז דער עיקר וואס העלפט ב' תמוז התש"פ 18:38 #267391

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3
די כח פון אידענטיטעט.

מ'זאגט יעדע וואך מוצאי שב"ק ברוך המבדיל בין קודש לחול, בין אור לחושך, בין ישראל לעמים, בין יום השביעי לששת ימי המעשה. וואס האלט אן א מענטש פון דורכפאלן? זיין 'איך'.

פארוועם בין איך מיך מבטל? וועם ווייס איך איז מיין מורה דרך? פארוועם פארליר איך מיך? פארוועם בין איך מיך מכניע? צו וועם קלעב איך? וואס בין איך? די ענטפער איז. איך בין מיך נישט מבטל פאר עפעס אנדערש ווי די קדושה. דער מורה דרך פון מיין 'איך' איז גארנישט עפעס אנדערש ווי די תורה הקדושה. איך פארליר מיך נישט נאר פאר א צדיק אמת. איך בין מיך נישט מכניע נאר פאר דער וואס האט דעם אמת ביי זיך און פאר קיינעם מער. איך קלעב נאר צו צדיקים, צו ערליכע יודן. זיי זענען מיין זאך.

עס איז די 'איך' וואס האלט א מענטש אין קאנטראל. ווען דער 'איך' איז מובדל פון די טומאה, איז מען אפגעהיטן.

אז דער מענטש פארשטייט אז 'איך' בין נישט ערליך, איך בין פון די סטרא אחרא, איך בין נישט וואויל. איך בין א תלמוד פון חזיריי, וועט ער פאלן. בין איך גערעכט?

אלמלא הקב"ה עזרו אינו יכול לו, מיינט אז דער מענטש דארף וויסן ביי זיך אז די סיבה פארוואס ער איז אפגעהיטן איז נאר ווען ער שפירט ריכטיג זיין 'איך'. שפירן ריכטיג דעם 'איך' איז זיך שפירן איינס מיט'ן אייבערשטן. אז נאר דער אייבערשטער העלפט. אין אני והוא יכולין לדור כי תועבת ה' כל גבה לב. עס איז די וועג וויאזוי א מענטש ווייסט זיין 'איך' וואס העלפט אים. זאל דער אייבערשטער העלפן.
לעצט פארראכטן: ב' תמוז התש"פ 18:41 דורך הכנעה.
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 1.06 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא